17:39
18:32

Arvit: 19:15

Shajarit: 9:00

Minja: 18:15

זי‭ ‬שטעלט‭ ‬אויך‭ ‬צונויף‭ ‬אַ‭ ‬פּאָדקאַסט‭ ‬מיטן‭ ‬בראָדװײ‮–‬אַקטיאָר‭ ‬האַל‭ ‬ראָבינסאָן‭ ‬אין‭ ‬דער‭ ‬ראָלע‭ ‬פֿון‭ ‬רעכטצײַט‭.‬

איבערזעצערין‭ ‬קאַרעד‭ ‬אָברײַען‭ ‬שרײַבט‭ ‬בוך‭ ‬וועגן‭ ‬די‭ ‬שטערן‭ ‬סימאָר‭ ‬רעכטצײַט‭ ‬און‭ ‬מרים‭ ‬קרעסין‭ ‬

אָט‭ ‬איז‭ ‬דער‭ ‬פֿערטער‭ ‬אין‭ ‬אַ‭ ‬סעריע‭ ‬קורצע‭ ‬אַרטיקלען‭ ‬אָנגעשריבן‭ ‬אױף‭ ‬אַ‭ ‬רעלאַטיװ‭ ‬גרינגן‭ ‬ייִדיש‭ ‬און‭ ‬געצילעװעט‭ ‬אױף‭ ‬סטודענטן‭. ‬די‭ ‬מחברטע‭ ‬איז‭ ‬אַלײן‭ ‬אַ‭ ‬ייִדיש–סטודענטקע‭. ‬דאָ‭ ‬קען‭ ‬מען‭ ‬לײענען‭ ‬די‭ ‬פֿריִערדיקע‭ ‬אַרטיקלען‭ ‬אין‭ ‬דער‭ ‬סעריע‭.‬

נאָך‭ ‬װי‭ ‬אַן‭ ‬אָנהײבער–סטודענטקע‭ ‬פֿון‭ ‬ייִדיש‭ ‬האָב‭ ‬איך‭ ‬שוין‭ ‬געהערט‭ ‬דעם‭ ‬נאָמען‭ ‬‮„‬קאַרעד‭ ‬אָברײַען“‭ ‬אין‭ ‬שײַכות‭ ‬מיט‭ ‬ייִדישן‭ ‬טעאַטער‭: ‬אַז‭ ‬זי‭ ‬איז‭ ‬אַן‭ ‬איבערזעצערין‭, ‬אַקטריסע‭, ‬דראַמאַטורגין‭, ‬טעאַטער–היסטאָריקערין‭, ‬רעזשיסאָרשע‭ ‬און‭ ‬ראַדיאָ–פֿירערערין‮…‬‭ ‬צי‭ ‬איז‭ ‬דאָ‭, ‬האָב‭ ‬איך‭ ‬זיך‭ ‬געפֿרעגט‭, ‬מער‭ ‬װי‭ ‬אײן‭ ‬קאַרעד‭ ‬אָברײַען‭?‬

נײן‭, ‬זי‭ ‬איז‭ ‬נאָר‭ ‬אײן‭ ‬זײער‭ ‬פֿאַרנומענער‭ ‬מענטש‭. ‬די‭ ‬טעג‭ ‬אַרבעט‭ ‬זי‭ ‬אױף‭ ‬אַ‭ ‬בוך‭ ‬און‭ ‬אַ‭ ‬פּאָדקאַסט‭ ‬‮—‬‭ ‬בײדע‭ ‬װעגן‭ ‬אַ‭ ‬מערקװירדיקן‭ ‬פּאָרפֿאָלק‭, ‬סימאָר‭ ‬רעכטצײַטאון‭ ‬מרים‭ ‬קרעסין‭. ‬רעכטצײַט‭ ‬איז‭ ‬געװען‭ ‬אַ‭ ‬שטערן‭ ‬פֿון‭ ‬ייִדישן‭ ‬מוזיקאַלישן‭ ‬טעאַטער‭ ‬פֿאַר‭ ‬דער‭ ‬צװײטער‭ ‬װעלט–מלחמה‭. ‬בעת‭ ‬די‭ ‬1940ער‭ ‬און‭ ‬1950ער‭ ‬יאָרן‭ ‬איז‭ ‬ער‭ ‬געװען‭ ‬אַ‭ ‬פּאָפּולערער‭ ‬זינגער‭ ‬אױפֿן‭ ‬ראַדיאָ‭. ‬צוזאַמען‭ ‬מיט‭ ‬קרעסין‭ ‬האָט‭ ‬ער‭ ‬געזונגען‭ ‬סײַ‭ ‬ייִדישע‭ ‬לידער‭ ‬‮—‬‭ ‬װי‭ ‬אױך‭ ‬אַמעריקאַנער‭ ‬לידער‭ ‬איבערגעזעצט‭ ‬אױף‭ ‬ייִדיש‭. (‬רעכטצײַט‭ ‬איז‭ ‬אױך‭ ‬געװען‭ ‬אַ‭ ‬נאָענטער‭ ‬חבֿר‭ ‬אָברײַענען‭ ‬‮—‬‭ ‬מער‭ ‬װעגן‭ ‬דעם‭ ‬װײַטער‭.)‬

דאָס‭ ‬בוך‭ ‬װעט‭ ‬באַשרײַבן‭ ‬רעכטצײַטס‭ ‬און‭ ‬קרעסינס‭ ‬קאַריערעס‭ ‬און‭ ‬השפּעה‭ ‬אױף‭ ‬ייִדישן‭ ‬טעאַטער‭ ‬און‭ ‬ראַדיאָ‭ ‬אין‭ ‬ניו–יאָרק‭. ‬עס‭ ‬װעט‭ ‬אַרױס‭ ‬פֿון‭ ‬האַרװאַרד‭ ‬יודאַיִקאַ‭, ‬ווײַל‭ ‬דער‭ ‬אוניװערסיטעט‭ ‬פֿאַרמאָגט‭ ‬די‭ ‬רעכטצײַט–קרעסין‭ ‬אַרכיװן‭ ‬‮—‬‭ ‬װאָס‭ ‬אָברײַען‭ ‬האָט‭ ‬שױן‭ ‬אױסגעקאַטאַלאָגירט‭. ‬דער‭ ‬פּאָדקאַסט‭, ‬װאָס‭ ‬אָברײַען‭ ‬שרײַבט‭ ‬אױס‭ ‬און‭ ‬דערצײלט‭, ‬קאָמבינירט‭ ‬היסטאָרישע‭ ‬רעקאָרדירונגען‭, ‬נײַע‭ ‬רעקאָרדירונגען‭ ‬פֿון‭ ‬לאָרי‭ ‬לײַפֿער‭ ‬און‭ ‬דראַמאַטיזירונגען‭ ‬מיטן‭ ‬בראָדװײ‮–‬אַקטיאָר‭ ‬האַל‭ ‬ראָבינסאָן‭ ‬אין‭ ‬דער‭ ‬ראָלע‭ ‬פֿון‭ ‬רעכטצײַט‭.‬

נישט‭ ‬לאַנג‭ ‬צוריק‭ ‬האָב‭ ‬איך‭ ‬געזען‭ ‬אָברײַען‭ ‬װי‭ ‬אַן‭ ‬אַקטריסע‭. ‬איך‭ ‬בין‭ ‬געװען‭ ‬אינעם‭ ‬עולם‭ ‬װען‭ ‬זי‭ ‬האָט‭ ‬פֿאָרגעשטעלט‭ ‬‮„‬באַגערן“‭ ‬אין‭ ‬דער‭ ‬װילנער‭ ‬שול‭ ‬אין‭ ‬באָסטאָן‭. ‬אַקאָמפּאַנירט‭ ‬פֿון‭ ‬אַ‭ ‬טריאָ‭ ‬כּלי‮–‬⁠זמרים‭ ‬האָט‭ ‬זי‭ ‬פֿאָרגעלײענט‭ ‬אױסצוגן‭ ‬פֿון‭ ‬אַ‭ ‬מעשׂה‭ ‬װעגן‭ ‬ליבע‭ ‬און‭ ‬חילול–הזיװג‭, ‬אָנגעשריבן‭ ‬פֿון‭ ‬ציליעדראָפּקין‭ ‬אין‭ ‬1934‭ ‬און‭ ‬לעצטנס‭ ‬איבערגעזעצט‭ ‬אױף‭ ‬ענגליש‭ ‬פֿון‭ ‬חנה‭ ‬נאָריך‭ (‬אַניטאַ‭ ‬נאָריטש‭). ‬די‭ ‬אַטמאָספֿער‭ ‬בעת‭ ‬דער‭ ‬פֿאָרשטעלונג‭ ‬האָט‭ ‬געקנאַקלט‭ ‬מיט‭ ‬ענערגיע‭.‬

נאָך‭ ‬דער‭ ‬פֿאָרשטעלונג‭ ‬האָב‭ ‬איך‭ ‬סוף–כּל–סוף‭ ‬געהאַט‭ ‬אַ‭ ‬געלעגנהײט‭ ‬צו‭ ‬שמועסן‭ ‬מיט‭ ‬אָברײַענען‭ ‬װעגן‭ ‬איר‭ ‬לעבן‭ ‬און‭ ‬אַרבעט‭. ‬איך‭ ‬האָב‭ ‬שוין‭ ‬געװוּסט‭ ‬אַז‭ ‬זי‭ ‬איז‭ ‬געבױרן‭ ‬געװאָרן‭ ‬אין‭ ‬אַ‭ ‬קאַטױלישער‭ ‬משפּחה‭ ‬אין‭ ‬גאַלװײ‭, ‬אירלאַנד‭ ‬אין‭ ‬1974‭ ‬און‭ ‬אױפֿגעװאַקסן‭ ‬אין‭ ‬מאַסאַטשוסעטס‭. ‬אַװדאי‭ ‬בין‭ ‬איך‭ ‬געװען‭ ‬נײַגעריק‭ ‬צו‭ ‬װיסן‮:‬‭ ‬פֿאַר‭ ‬װאָס‭ ‬ייִדיש‭? ‬װאָסער‭ ‬װעג‭ ‬האָט‭ ‬זי‭ ‬געפֿירט‭ ‬צום‭ ‬ייִדישן‭ ‬טעאַטער‭?‬

זי‭ ‬מײנט‭ ‬אַז‭ ‬דאָס‭ ‬קערל‭ ‬איז‭ ‬פֿאַרזעצט‭ ‬געװאָרן‭ ‬אין‭ ‬די‭ ‬אַראַן–אינדזלען‭ ‬נאָענט‭ ‬צו‭ ‬מעריבֿ–אירלאַנד‭. ‬אַלע‭ ‬זומערן‭ ‬בעת‭ ‬די‭ ‬קינדער‮–‬‭ ‬און‭ ‬צענער–יאָרן‭ ‬האָט‭ ‬זי‭ ‬פֿאַרברענגט‭ ‬בײַ‭ ‬די‭ ‬זײדע–באָבע‭ ‬אין‭ ‬די‭ ‬אינדזלען‭, ‬װוּ‭ ‬מען‭ ‬רעדט‭ ‬נאָך‭ ‬אַלץ‭ ‬איריש–געליש‭ ‬‮—‬‭ ‬די‭ ‬אוראַלטע‭ ‬מוטערשפּראַך‭ ‬פֿונעם‭ ‬אירישן‭ ‬פֿאָלק‭.‬

פֿון‭ ‬קינדװײַז‭ ‬אָן‭ ‬האָט‭ ‬זי‭ ‬באַמערקט‭ ‬װי‭ ‬אַזױ‭ ‬איריש–געליש‭, ‬װאָס‭ ‬זי‭ ‬באַשרײַבט‭ ‬װי‭ ‬‮„‬דינאַמיש‭ ‬און‭ ‬לײַדנשאַפֿטלעך‭, ‬“‭ ‬באַװירקט‭ ‬אַלע‭ ‬מינים‭ ‬שפּראַך‭ ‬אין‭ ‬אירלאַנד‭, ‬װוּ‭ ‬ענגליש‭ ‬איז‭ ‬דאָס‭ ‬אָפֿיציעלע‭ ‬לשון‭.‬

‮„‬צוליב‭ ‬דעם‭ ‬האָב‭ ‬איך‭ ‬נאַטירלעך‭ ‬אָפּגעשאַצט‭ ‬ייִדיש‭, ‬װאָס‭ ‬האָט‭ ‬געהאַט‭ ‬אַזאַ‭ ‬װירקונג‭ ‬אױף‭ ‬דער‭ ‬אַמעריקאַנער‭ ‬שפּראַך‭ ‬און‭ ‬קולטור‭, ‬“‭ ‬האָט‭ ‬זי‭ ‬מיר‭ ‬געזאָגט‭.‬

פֿון‭ ‬אַ‭ ‬לערערקע‭ ‬אין‭ ‬איר‭ ‬קאַטױלישער‭ ‬מיטלשול‭ ‬האָט‭ ‬זי‭ ‬צום‭ ‬ערשטן‭ ‬מאָל‭ ‬געהערט‭ ‬וועגן‭ ‬ייִדיש‭ ‬אין‭ ‬שײַכות‭ ‬מיט‭ ‬בערנאַרד‭ ‬מאַלאַמוד‭, ‬סאָל‭ ‬בעלאָ‭ ‬און‭ ‬יצחק‭ ‬באַשעװיס‭. ‬זי‭ ‬איז‭ ‬פֿאַרכאַפּט‭ ‬געװאָרן‭, ‬און‭ ‬האָט‭ ‬געלײענט‭ ‬צענדליקער‭ ‬איבערזעצונגען‭ ‬פֿון‭ ‬ייִדישע‭ ‬ראָמאַנען‭ ‬אין‭ ‬דער‭ ‬באָסטאָנער‭ ‬שטאָט–ביבליאָטעק‭. ‬די‭ ‬פּערסאָנאַזשן‭ ‬און‭ ‬באַדינגונגען‭ ‬האָבן‭ ‬איר‭ ‬דערמאָנט‭ ‬אין‭ ‬מעשׂיות‭ ‬װעגן‭ ‬אַמאָליקן‭ ‬אירלאַנד‭, ‬װאָס‭ ‬זי‭ ‬האָט‭ ‬געהערט‭ ‬בײַ‭ ‬די‭ ‬קרובֿים‭.‬

קײן‭ ‬געלעגנהײט‭ ‬האָט‭ ‬זי‭ ‬אָבער‭ ‬נישט‭ ‬געהאַט‭ ‬זיך‭ ‬צו‭ ‬לערנען‭ ‬ייִדיש‭ ‬‮—‬‭ ‬ביז‭ ‬אײן‭ ‬טאָג‭ ‬אין‭ ‬1994‭, ‬װען‭ ‬זי‭ ‬האָט‭ ‬באַמערקט‭ ‬אין‭ ‬אַ‭ ‬קאָרידאָר‭ ‬אין‭ ‬באָסטאָנער‭ ‬אוניװערסיטעט‭ ‬אַ‭ ‬רעקלאַמע‭ ‬פֿאַר‭ ‬סטאַזשן‭ ‬אינעם‭ ‬ייִדישן‭ ‬ביכער–צענטער‭. ‬זי‭ ‬האָט‭ ‬אַרײַנגעשיקט‭ ‬אַן‭ ‬אַפּליקאַציע‭ ‬און‭ ‬מען‭ ‬האָט‭ ‬זי‭ ‬אָנגענומען‭ ‬אין‭ ‬דער‭ ‬פּראָגראַם‭.‬

די‭ ‬סטאַזשניקעס‭ ‬האָבן‭ ‬זיך‭ ‬געלערנט‭ ‬ייִדיש‭ ‬יעדן‭ ‬טאָג‭. ‬נאָך‭ ‬די‭ ‬קלאַסן‭ ‬האָבן‭ ‬זײ‭ ‬געאַרבעט‭ ‬אינעם‭ ‬סקלאַד‭, ‬אױספּאַקנדיק‭ ‬און‭ ‬פֿאָרשנדיק‭ ‬ייִדישע‭ ‬ביכער‭ ‬װאָס‭ ‬מען‭ ‬האָט‭ ‬געשאָנקען‭ ‬דעם‭ ‬צענטער‭. ‬צום‭ ‬מערסטנס‭ ‬רירנדיק‭ ‬פֿאַר‭ ‬אָברײַען‭ ‬איז‭ ‬געװען‭ ‬די‭ ‬געלעגנהײט‭ ‬‮„‬אָנצוטאַפּן‭ ‬אמתע‭ ‬ייִדישע‭ ‬בענד‭ ‬מיט‭ ‬די‭ ‬אײגענע‭ ‬הענט‭. ‬דורך‭ ‬זײ‭ ‬האָב‭ ‬איך‭ ‬באַקומען‭ ‬אַזאַ‭ ‬שטאַרקן‭ ‬רושם‭ ‬פֿון‭ ‬די‭ ‬שרײַבערס‭ ‬און‭ ‬לײענערס‭.‬“

נאָכן‭ ‬סטאַזש‭ ‬האָט‭ ‬זי‭ ‬געהערט‭ ‬אַװאַנסירטע‭ ‬ייִדיש–קורסן‭ ‬אין‭ ‬ירושלים‭, ‬װי‭ ‬אױך‭ ‬אַ‭ ‬קלאַס‭ ‬װעגן‭ ‬ייִדישן‭ ‬טעאַטער‭ ‬אין‭ ‬האַרװאַרד‭. ‬באַלד‭ ‬נאָך‭ ‬דעם‭ ‬האָט‭ ‬זי‭ ‬אָנגעהױבן‭ ‬אַרבעטן‭ ‬אין‭ ‬ניו–יאָרקער‭ ‬אוניװערסיטעט‭ ‬װי‭ ‬די‭ ‬אָנפֿירערין‭ ‬פֿון‭ ‬אַ‭ ‬װעבזײַט‭ ‬װעגן‭ ‬ייִדישן‭ ‬טעאַטער‭. ‬כּדי‭ ‬אָנצושרײַבן‭ ‬מאַטעריאַלן‭ ‬האָט‭ ‬זי‭ ‬זיך‭ ‬אײַנגעטונקען‭ ‬אין‭ ‬אַלטע‭ ‬ייִדישע‭ ‬ביכער‭ ‬װעגן‭ ‬טעאַטער‭. ‬ביסלעכװײַז‭ ‬איז‭ ‬זי‭ ‬געװאָרן‭ ‬אַ‭ ‬קענערין‭.‬

אַ‭ ‬פּרעכטיקער‭ ‬טײל‭ ‬פֿון‭ ‬איר‭ ‬טעאַטער–בילדונג‭ ‬האָט‭ ‬זי‭ ‬אָבער‭ ‬באַקומען‭ ‬מחוץ‭ ‬דער‭ ‬אַרבעט‭. ‬אין‭ ‬ניו–יאָרק‭ ‬האָבן‭ ‬געװױנט‭ ‬צװײ‭ ‬באַיאָרטע‭ ‬אָבער‭ ‬דינאַמישע‭ ‬אַמאָליקע‭ ‬שטערן‭ ‬פֿונעם‭ ‬ייִדישן‭ ‬טעאַטער‭: ‬סימאָר‭ ‬רעכטצײַט‭ ‬‮—‬‭ ‬װי‭ ‬דערמאָנט‭ ‬פֿריִער‭ ‬‮—‬‭ ‬און‭ ‬לובאַ‭ ‬קאַדיסאָן‭. (‬צום‭ ‬באַדױערן‭ ‬האָט‭ ‬זיך‭ ‬אָברײַען‭ ‬קײנמאָל‭ ‬נישט‭ ‬געטראָפֿן‭ ‬מיט‭ ‬מרים‭ ‬קרעסין‭, ‬װאָס‭ ‬איז‭ ‬געשטאָרבן‭ ‬אײדער‭ ‬אָברײַען‭ ‬האָט‭ ‬זיך‭ ‬איבערגעקליבן‭ ‬אין‭ ‬ניו–יאָרק‭). ‬קאַדיסאָן‭ ‬איז‭ ‬געװען‭ ‬דער‭ ‬לעצטער‭ ‬לעבעדיקער‭ ‬מיטגליד‭ ‬פֿון‭ ‬דער‭ ‬באַרימטער‭ ‬װילנער‭ ‬טרופּע‭, ‬װאָס‭ ‬איר‭ ‬טאַטע‭ ‬האָט‭ ‬געגרינדעט‭ ‬אין‭ ‬װילנע‭ ‬אין‭ ‬1916‭. ‬זי‭ ‬האָט‭ ‬געשפּילט‭ ‬הױפּטראָלעס‭ ‬נאָך‭ ‬אין‭ ‬אײראָפּע‭ ‬און‭ ‬שפּעטער‭ ‬אינעם‭ ‬ייִדישן‭ ‬קונסט–טעאַטער‭ ‬אין‭ ‬ניו–יאָרק‭.‬

אָברײַען‭ ‬האָט‭ ‬זיך‭ ‬טיף‭ ‬פֿאַרחבֿרט‭ ‬מיט‭ ‬קאַדיסאָן‭ ‬און‭ ‬רעכטצײַט‭. ‬זײ‭ ‬זײַנען‭ ‬געװאָרן‭ ‬אירע‭ ‬מענטאָרס‭, ‬און‭ ‬זי‭ ‬איז‭ ‬געװאָרן‭ ‬אַ‭ ‬באַשיצערין‭ ‬פֿון‭ ‬זײער‭ ‬קולטור–ירושה‭. ‬מיט‭ ‬זײ‭ ‬האָט‭ ‬זי‭ ‬אָפֿט‭ ‬מאָל‭ ‬גערעדט‭ ‬ייִדיש‭.‬

‮„‬אין‭ ‬קײן‭ ‬קלאַס‭ ‬אין‭ ‬דער‭ ‬װעלט‭ ‬װאָלט‭ ‬איך‭ ‬נישט‭ ‬געקראָגן‭ ‬אַזאַ‭ ‬בילדונג‭, ‬“‭ ‬האָט‭ ‬זי‭ ‬געזאָגט‭. ‬‮„‬לובאַ‭ ‬און‭ ‬סימאָר‭ ‬זענען‭ ‬געװען‭ ‬לעבעדיקע‭ ‬פֿאַרבינדונגען‭ ‬מיט‭ ‬דער‭ ‬גאָלדענער‭ ‬תּקופֿה‭ ‬פֿון‭ ‬ייִדישן‭ ‬טעאַטער‭. ‬“

אין‭ ‬1999‭ ‬האָט‭ ‬אָברײַען‭ ‬זיך‭ ‬געהאַלטן‭ ‬אַן‭ ‬עצה‭ ‬מיט‭ ‬בײדע‭ ‬מענטאָרס‭ ‬װעגן‭ ‬דעם‭ ‬פּראָיעקט‭ ‬װאָס‭ ‬איז‭ ‬געװאָרן‭ ‬דער‭ ‬װענדפּונקט‭ ‬פֿון‭ ‬איר‭ ‬קאַריערע‭: ‬אַ‭ ‬נײַע‭ ‬איבערזעצונג‭ ‬פֿון‭ ‬שלום‭ ‬אַשעס‭ ‬‮„‬גאָט‭ ‬פֿון‭ ‬נקמה‭.‬“‭ ‬דאָס‭ ‬האָט‭ ‬שוין‭ ‬אַרויסגערופֿן‭ ‬אַ‭ ‬סענסאַציע‭. ‬די‭ ‬פּיעסע‭, ‬אָנגעשריבן‭ ‬אין‭ ‬1907‭, ‬קומט‭ ‬טײלװײַז‭ ‬פֿאָר‭ ‬אין‭ ‬אַ‭ ‬באָרדעל‭ ‬‮—‬‭ ‬און‭ ‬די‭ ‬נײַע‭ ‬פֿאָרשטעלונג‭ ‬האָט‭ ‬מען‭ ‬טאַקע‭ ‬אויפֿגעפֿירט‭ ‬אינעם‭ ‬גאָגאָ–צימער‭ ‬פֿון‭ ‬אַ‭ ‬סטריפּקלוב‭ ‬אין‭ ‬טײַמס‭ ‬סקװער‭. ‬אָברײַענס‭ ‬איבערזעצונג‭ ‬האָט‭ ‬געמאַכט‭ ‬אַ‭ ‬שטאַרקן‭ ‬רושם‭ ‬אויף‭ ‬דער‭ ‬ניו–יאָרקער‭ ‬טעאַטער‮–‬װעלט‭.‬

זינט‭ ‬דעמאָלט‭ ‬האָט‭ ‬זי‭ ‬איבערגעזעצט‭ ‬נאָך‭ ‬זיבן‭ ‬פּיעסעס‭ ‬פֿון‭ ‬שלום‭ ‬אַשן‭: ‬דאָ‭ ‬און‭ ‬דאָ‭ ‬קען‭ ‬מען‭ ‬זיך‭ ‬צוהערן‭ ‬צו‭ ‬אירע‭ ‬רעקאָרדירונגען‭ ‬אױף‭ ‬ענגליש‭. ‬זי‭ ‬טרעט‭ ‬אויף‭ ‬סײַ‭ ‬אויף‭ ‬ייִדיש‭ ‬סײַ‭ ‬אויף‭ ‬ענגליש‭ ‬מיט‭ ‬ווערק‭ ‬פֿון‭ ‬אַש‭, ‬דראָפּקין‭ ‬און‭ ‬אַנדערע‭ ‬שרײַבער‭. ‬אַ‭ ‬װיכטיקע‭ ‬ראָלע‭ ‬האָט‭ ‬זי‭ ‬געשפּילט‭ ‬אינעם‭ ‬שאַפֿן‭ ‬טײלן‭ ‬פֿון‭ ‬ייִדיש‮:‬‭ ‬אַ‭ ‬גלאָבאַלע‭ ‬קולטור‭, ‬די‭ ‬פּערמאַנענטע‭ ‬אויסשטעלונג‭ ‬בײַם‭ ‬ייִדישן‭ ‬ביכער‭ ‬צענטער‭, ‬װוּ‭ ‬זי‭ ‬איז‭ ‬אַ‭ ‬מאָל‭ ‬געװען‭ ‬אַ‭ ‬סטאַזשניקע‭.‬

װעגן‭ ‬דער‭ ‬צוקונפֿט‭ ‬זאָגט‭ ‬זי‮:‬‭ ‬‮„‬ייִדישער‭ ‬טעאַטער‭ ‬איז‭ ‬פֿאַר‭ ‬מיר‭ ‬אַן‭ ‬אומאױסשעפּלעכער‭ ‬קװאַל‭ ‬פֿון‭ ‬אידעען‭ ‬און‭ ‬פּראָיעקטן‭. ‬איצט‭ ‬גרייט‭ ‬איך‭ ‬צו‭ ‬פּריאָריטעטן‭ ‬אױפֿן‭ ‬בוך‭ ‬און‭ ‬פּאָדקאַסט‭. ‬נאָך‭ ‬דעם‭ ‬װעל‭ ‬איך‭ ‬געפֿינען‭ ‬װײַטערדיקע‭ ‬אופֿנים‭ ‬זיך‭ ‬צו‭ ‬פֿאַרנעמען‭ ‬מיט‭ ‬דער‭ ‬קינסטלערישער‭ ‬ירושה‭ ‬פֿון‭ ‬לובאַ‭ ‬קאַדיסאָן‭, ‬סימאָר‭ ‬רעכטצײַט‭ ‬און‭ ‬שלום‭ ‬אַש‭ ‬‮—‬‭ ‬די‭ ‬הױפּט–אינספּיראַציעס‭ ‬פֿאַר‭ ‬מײַן‭ ‬אַרבעט‭. ‬“

Kehila Ashkenazi, A.C. Todos los derechos reservados.
Powered by Wolfate
linkedin facebook pinterest youtube rss twitter instagram facebook-blank rss-blank linkedin-blank pinterest youtube twitter instagram