17:39
18:32

Arvit: 19:15

Shajarit: 9:00

Minja: 18:15

טשיקאַוועסן: מיידעלע געפֿינט 3,800־יאָריקע קמיע לעבן בית־שמש, ישׂראל

טשיקאַוועסן: מיידעלע געפֿינט 3,800־יאָריקע קמיע לעבן בית־שמש, ישׂראל

אַן עקספּערט פֿון פֿאַרצײַטיקע קמיעות האָט באַשטעטיקט אַז די קמיע איז געלעגן אויפֿן אָרט פֿונעם אַמאָליקן לאַנד כּנען.

מיר האָבן שפּאַצירט אויף דער סטעשקע, און פּלוצלינג האָט זיו זיך אַראָפּגעבויגן,“ האָט איר שוועסטער עומר ניצן געזאָגט. „און פֿון אַלע שטיינדעלעך אַרום איר האָט זי דווקא דאָס אויסגעקליבן. ווען זי האָט עס אָפּגעשטויבט האָבן מיר דערזען אַז ס׳איז נישט קיין געוויינטלעכע זאַך. האָב איך צוגערופֿן טאַטע־מאַמע צו זען דאָס פּרעכטיקע שטיינדעלע.“

די משפּחה האָט זיך גלײַך פֿאַרבונדן מיט דער ישׂראלדיקער אַנטיקוויטעטן־אינסטאַנץ. ד״ר דפֿנה בן־תּור, אַן עקספּערט פֿון פֿאַרצײַטיקע קמיעס און שטעמפּלעך, האָט באַשטעטיקט אַז זיו האָט געפֿונען עפּעס וואָס הייסט אַ „סקאַראַב“ פֿון דער בראָנדזן־תּקופֿה, בערך 3,800 יאָר צוריק, אינעם אַמאָליקן לאַנד כּנען.

אַ „סקאַראַב“ איז אַ קליינטשיקע קמיע געמאַכט אין דער פֿאָרעם פֿון אַ מיסט-זשוק וואָס דיפֿאַרצײַטיקע מיצרים האָבן פֿאַרהייליקט ווי אַ סימבאָל פֿון אַ נײַ לעבן. פֿאַר וואָס? ווײַל דער מיסט־זשוק לייגט זײַנע אייעלעך אַרײַן אין זייערע באָבקעס, וואָס דערפֿון קומען אַרויס פֿרישע יונגע זשוקעלעך.

תּל־עזקה ווערט באַשריבן אינעם חומש (ספֿר שמואל) ווי דאָס אָרט פֿונעם קאַמף צווישן דוד און גליות. אַ דאַנק די אַרכעאָלאָגישע אויסגראָבונגען דאָרט האָט מען אַנטדעקט ווענט פֿון דער אַלטער שטאָט און אַגריקולטורעלע סימנים דאַטירט פֿונעם פֿאַרצײַטיקן קיניגרײַך פֿון יהודה.

https://forward.com/yiddish/

Kehila Ashkenazi, A.C. Todos los derechos reservados.
Powered by Wolfate
linkedin facebook pinterest youtube rss twitter instagram facebook-blank rss-blank linkedin-blank pinterest youtube twitter instagram