17:39
18:32

Arvit: 19:15

Shajarit: 9:00

Minja: 18:15

די‭ ‬הגדה‭ ‬ווי‭ ‬אַ‭ ‬לעבעדיקער‭ ‬דענקמאָל‭ ‬פֿון‭ ‬אַשכּנזישער‭ ‬פּאָעזיע

La Hagadá como monumento viviente a la poesía asquenazí

אַמאָל‭ ‬זענען‭ ‬די‭ ‬פּייטנים‭, ‬מיסטישע‭ ‬דיכטער–וויזיאָנערן‭, ‬געווען‭ ‬אויבן–אָן‭ ‬בײַ‭ ‬די‭ ‬פֿראַנצויזישע‭ ‬און‭ ‬דײַטשישע‭ ‬ייִדן‭.‬

    ‬יואל‭ ‬מאַטוועיעוו

צי‭ ‬האָט‭ ‬איר‭ ‬אַ‭ ‬מאָל‭ ‬באַמערקט‭, ‬אַז‭ ‬דער‭ ‬פּסח–סדר‭ ‬הייבט‭ ‬זיך‭ ‬אָן‭ ‬פֿון‭ ‬גאָר‭ ‬אַן‭ ‬אומגעוויינטלעך‭ ‬פּאָעטיש‭ ‬ווערק‭? ‬פֿאַרן‭ ‬קידוש‭ ‬דערמאָנט‭ ‬מען‭ ‬די‭ ‬סימנים‭, ‬די‭ ‬חלקים‭ ‬פֿון‭ ‬דער‭ ‬יום–טובֿדיקער‭ ‬נאַכט–סעודה‭, ‬וואָס‭ ‬ווערט‭ ‬גערופֿן‭ ‬דווקא‭ ‬‮„‬סדר‟‭ ‬צוליב‭ ‬איר‭ ‬גענויער‭ ‬סטרוקטור‭: ‬‮„‬קדש‭ ‬‮–‬‭ ‬ורחץ‭, ‬כּרפּס‭ ‬‮–‬‭ ‬יחץ‮…‬‟

די‭ ‬דאָזיקע‭ ‬ווערטער‭ ‬שטעלן‭ ‬מיט‭ ‬זיך‭ ‬פֿאָר‭ ‬פֿיר‭ ‬קורצע‭ ‬קופּלעטן‭ ‬מיט‭ ‬צוויי–טראַפֿיקע‭ ‬ווערטער‭ ‬אין‭ ‬יעדער‭ ‬שורה‭. ‬זיי‭ ‬קלינגען‭ ‬כּמעט‭ ‬ווי‭ ‬אַ‭ ‬קינדעריש‭ ‬ציילעניש‭. ‬פֿאַרגלײַכט‭ ‬מיט‭ ‬שמואל‭ ‬אסתּרזאָנס‭ ‬זאַמלונג‭ ‬פֿון‭ ‬געגראַמטע‭ ‬שפּריכווערטער‭: ‬‮„‬אַ‭ ‬קלאַפּ‭ ‬פֿאַרגייט‭, ‬אַ‭ ‬וואָרט‭ ‬באַשטייט‟‭ ‬אָדער‭ ‬‮„‬באַשערט‭ ‬‮–‬‭ ‬באַווערט‟‭, ‬‮„‬עולם‭ ‬‮–‬‭ ‬גולם‟‭. ‬עס‭ ‬קאָן‭ ‬זײַן‭, ‬אַז‭ ‬דער‭ ‬מחבר‭ ‬פֿון‭ ‬די‭ ‬סימני–הסדר‭, ‬רבי‭ ‬שמואל‭ ‬בן‭ ‬שלמה‭ ‬פֿון‭ ‬פֿאַלעז‭ (‬פֿראַנקרײַך‭), ‬האָט‭ ‬בכּיוון‭ ‬צוגעטראַכט‭ ‬אַזאַ‭ ‬נוסח‭, ‬וואָס‭ ‬העלפֿט‭ ‬צו‭ ‬פֿאַרגעדענקען‭ ‬די‭ ‬ריכטיקע‭ ‬אָרדענונג‭ ‬פֿונעם‭ ‬סדר‭, ‬ער‭ ‬זאָל‭ ‬האָבן‭ ‬אַ‭ ‬טשיקאַוון‭ ‬שפּילעוודיקן‭ ‬טעם‭. ‬דער‭ ‬ייִדישער‭ ‬פֿאָלקלאָריסט‭ ‬משה‭ ‬בערעגאָווסקי‭ ‬האָט‭ ‬באַטאָנט‭ ‬אין‭ ‬זײַנע‭ ‬פֿאָרשונגען‭, ‬אַז‭ ‬דעם‭ ‬גאַנצן‭ ‬סדר‭ ‬‮–‬‭ ‬די‭ ‬פֿיר‭ ‬קשיאות‭, ‬די‭ ‬באַהאַלטעניש–שפּיל‭ ‬מיטן‭ ‬אַפֿיקומן‭ ‬אאַז"וו‭ ‬‮–‬‭ ‬קאָן‭ ‬מען‭ ‬באַטראַכטן‭ ‬ווי‭ ‬אַ‭ ‬מין‭ ‬טעאַטראַלישע‭ ‬אויפֿשטעלונג‭ ‬פֿאַר‭ ‬די‭ ‬קינדער‭. ‬דאָס‭ ‬מיינט‭ ‬אָבער‭ ‬נישט‭, ‬אַז‭ ‬די‭ ‬סימנים‭ ‬זענען‭ ‬נישט‭ ‬קיין‭ ‬ערנסט‭ ‬פּאָעטיש‭ ‬ווערק‭.‬

רבי‭ ‬שמואל‭ ‬בן‭ ‬שלמה‭ ‬מפֿלייזא‭ (‬פֿון‭ ‬פֿאַלעז‭, ‬פֿראַנקרײַך‭) ‬איז‭ ‬געווען‭ ‬אַ‭ ‬חשובֿער‭ ‬בעל–תּוספֿות‭, ‬אַ‭ ‬גמרא–קאָמענטאַטאָר‭ ‬פֿונעם‭ ‬13טן‭ ‬יאָרהונדערט‭. ‬וווינען‭ ‬האָט‭ ‬ער‭ ‬געוווינט‭ ‬אין‭ ‬פֿראַנקרײַך‭, ‬נאָר‭, ‬ווי‭ ‬אַנדערע‭ ‬צפֿון–פֿראַנצויזישע‭ ‬רבנים‭ ‬פֿון‭ ‬יענער‭ ‬תּקופֿה‭, ‬האָט‭ ‬ער‭ ‬געהערט‭ ‬צו‭ ‬דער‭ ‬אַשכּנזישער‭ ‬טראַדיציע‭. ‬צווישן‭ ‬זײַנע‭ ‬תּלמידים‭ ‬איז‭ ‬געווען‭ ‬דער‭ ‬מהר"ם‭ ‬פֿון‭ ‬ראָטנבורג‭ ‬‮–‬‭ ‬אַ‭ ‬שטאָט‭ ‬אין‭ ‬בײַערן‭, ‬וועלכע‭ ‬האָט‭ ‬געשפּילט‭ ‬אַן‭ ‬אָנגעזעענע‭ ‬ראָלע‭ ‬אין‭ ‬דער‭ ‬געשיכטע‭ ‬פֿונעם‭ ‬פֿריִיִקן‭ ‬אַשכּנז‭.‬

דעם‭ ‬מינהג‭ ‬צו‭ ‬פֿאַרשרײַבן‭ ‬די‭ ‬חלקים‭ ‬פֿונעם‭ ‬סדר‭ ‬אויף‭ ‬אַ‭ ‬ספּעציעלן‭ ‬פֿאַרקירצטן‭ ‬אופֿן‭, ‬ווי‭ ‬אַ‭ ‬סגולה‭ ‬זיי‭ ‬בעסער‭ ‬צו‭ ‬געדענקען‭, ‬שטאַמט‭ ‬פֿון‭ ‬יענער‭ ‬בראשית–תּקופֿה‭ ‬איבער‭ ‬אַ‭ ‬טויזנט‭ ‬יאָר‭ ‬צוריק‭, ‬ווען‭ ‬פֿון‭ ‬די‭ ‬גערמאַנישע‭ ‬דיאַלעקטן‭, ‬וואָס‭ ‬זענען‭ ‬געווען‭ ‬אין‭ ‬גאַנג‭ ‬בײַ‭ ‬ייִדן‭ ‬אין‭ ‬מײַנץ‭, ‬וואָרמס‭ ‬און‭ ‬אַנדערע‭ ‬דײַטשישע‭ ‬שטעט‭, ‬האָט‭ ‬אויסגעשפּראָצט‭ ‬ייִדיש‭ ‬ווי‭ ‬אַ‭ ‬באַזונדערע‭ ‬שפּראַך‭.‬

דער‭ ‬אַשכּנזישער‭ ‬קולטורעלער‭ ‬רוים‭ ‬איז‭ ‬בײַם‭ ‬אָנהייב‭ ‬געווען‭ ‬פֿעסט‭ ‬פֿאַרבונדן‭ ‬מיט‭ ‬פֿראַנקרײַך‭ ‬און‭ ‬איטאַליע‭. ‬הרבֿ‭ ‬יוסף‭ ‬טובֿ–עלם‭ (‬Bon fils‭) ‬פֿון‭ ‬לימאָזש‭ ‬האָט‭ ‬נאָך‭ ‬אינעם‭ ‬11טן‭ ‬יאָרהונדערט‭ ‬אָנגעשריבן‭ ‬זײַן‭ ‬אייגענע‭ ‬ווערסיע‭ ‬פֿון‭ ‬די‭ ‬סימני–הסדר‭; ‬רבי‭ ‬שמואל‭ ‬האָט‭, ‬פֿון‭ ‬זײַן‭ ‬צד‭, ‬אָנגעשריבן‭ ‬אַ‭ ‬פּירוש‭ ‬אויף‭ ‬הרבֿ‭ ‬יוספֿס‭ ‬פּיוט‭ ‬‮„‬אלוקי‭ ‬הרוחות‭ ‬לכל‭ ‬בשׂר‟‭, ‬וואָס‭ ‬מע‭ ‬זינגט‭ ‬אין‭ ‬אַ‭ ‬טייל‭ ‬מקומות‭ ‬דעם‭ ‬שבת–הגדול‭ ‬פֿאַרן‭ ‬פּסח‭. ‬ביידע‭ ‬רבנים‭ ‬האָבן‭ ‬ממשיך‭ ‬געווען‭ ‬די‭ ‬אַלטע‭ ‬טראַדיציע‭ ‬פֿון‭ ‬אַשכּנזישער‭ ‬רוחניותדיקער‭ ‬פּאָעזיע‭.‬

‮„‬אלוקי‭ ‬הרוחות‭ ‬לכל‭ ‬בשׂר‟‭ ‬איז‭ ‬גאָר‭ ‬אַן‭ ‬אינטערעסאַנטע‭ ‬לאַנגע‭ ‬פּאָעטישע‭ ‬דרשה‭, ‬וואָס‭ ‬אויף‭ ‬אַ‭ ‬געמיש‭ ‬פֿון‭ ‬לשון–קודש‭ ‬און‭ ‬אַראַמיש‭ ‬דערקלערט‭ ‬פּרטימדיק‭ ‬די‭ ‬הלכות‭ ‬פֿון‭ ‬בדיקת–חמץ‭, ‬מצה–באַקן‭ ‬און‭ ‬פֿון‭ ‬פּסח‭ ‬אַליין‭. ‬די‭ ‬לעצטע‭ ‬שורות‭ ‬פֿונעם‭ ‬פּיוט‭, ‬‮„‬חסל‭ ‬סידור‭ ‬פּסח‟‭, ‬זינגט‭ ‬מען‭ ‬נאָכן‭ ‬סדר‭ ‬עד‭ ‬היום‭, ‬טאַנצדיק‭ ‬אַרום‭ ‬טיש‭, ‬בײַ‭ ‬אַ‭ ‬סך‭ ‬חסידישע‭ ‬קהילות‭. ‬באַקומט‭ ‬זיך‭, ‬אַז‭ ‬אונדזער‭ ‬הגדה–נוסח‭ ‬ווערט‭ ‬ממש‭ ‬אַרומגערינגלט‭ ‬מיט‭ ‬די‭ ‬ווערק‭ ‬פֿון‭ ‬אוראַלטע‭ ‬אַשכּנזישע‭ ‬פּייטנים‭.‬

הגם‭ ‬‮„‬קדש‭ ‬ורחץ‟‭ ‬קלינגט‭ ‬ווי‭ ‬אַ‭ ‬קינדעריש‭ ‬ציילעניש‭, ‬זאָגן‭ ‬די‭ ‬מקובלים‭, ‬אַז‭ ‬אינעם‭ ‬דאָזיקן‭ ‬קורצן‭ ‬טעקסט‭ ‬שטאַמען‭ ‬טיפֿע‭ ‬סודות–התּורה‭. ‬אַזוי‭ ‬דערקלערט‭ ‬דער‭ ‬אַריז"ל‭, ‬רבי‭ ‬יצחק‭ ‬לוריא‭, ‬אינעם‭ ‬ספֿר‭ ‬‮„‬פּרי‭ ‬עץ‭ ‬חיים‟‭, ‬פֿאַרשריבן‭ ‬דורך‭ ‬זײַן‭ ‬תּלמיד‭ ‬רבי‭ ‬חיים‭ ‬וויטאַל‭. ‬יעדעס‭ ‬וואָרט‭, ‬זאָגט‭ ‬דער‭ ‬גרויסער‭ ‬מקובל‭, ‬איז‭ ‬דאָרט‭ ‬מרמז‭ ‬אויף‭ ‬געוויסע‭ ‬גײַסטיקע‭ ‬וועלטן‭ ‬און‭ ‬געטלעכע‭ ‬כּוחות‭. ‬דער‭ ‬אַריז"ל‭, ‬זײַענדיק‭ ‬פֿונעם‭ ‬טאַטנס‭ ‬צד‭ ‬אַן‭ ‬אַשכּנזי‭, ‬איז‭ ‬געווען‭ ‬אַרומגערינגלט‭ ‬מיט‭ ‬ספֿרדישע‭ ‬תּלמידים‭, ‬וועלכע‭ ‬האָבן‭ ‬פֿאַרשפּרייט‭ ‬דעם‭ ‬אַשכּנזישן‭ ‬מיסטישן‭ ‬צוגאַנג‭ ‬צו‭ ‬די‭ ‬פּיוטים‭ ‬איבער‭ ‬דער‭ ‬גאַנצער‭ ‬ייִדישער‭ ‬וועלט‭.‬

אין‭ ‬מיטל–עלטער‭ ‬איז‭ ‬דער‭ ‬מצבֿ‭ ‬געווען‭ ‬אַנדערש‭. ‬די‭ ‬ספֿרדים‭ ‬האָבן‭ ‬כּסדר‭ ‬געשריבן‭ ‬שיינע‭ ‬וועלטלעכע‭ ‬לידער‭ ‬אויף‭ ‬לשון–קודש‭, ‬אַפֿילו‭ ‬בולט‭ ‬עראָטישע‭. ‬דער‭ ‬רמב"ם‭ ‬איז‭ ‬נישט‭ ‬געווען‭ ‬צופֿרידן‭ ‬מיט‭ ‬אַזאַ‭ ‬מין‭ ‬שעפֿערישקייט‭ ‬און‭ ‬געהאַלטן‭, ‬אַז‭ ‬אויף‭ ‬אַזעלכע‭ ‬טעמעס‭ ‬איז‭ ‬בעסער‭ ‬צו‭ ‬שרײַבן‭ ‬אויף‭ ‬אַראַביש‭, ‬נאָר‭ ‬זײַן‭ ‬דעה‭ ‬האָט‭ ‬נישט‭ ‬געפּועלט‭. ‬די‭ ‬פֿרומע‭ ‬פּיוטים‭ ‬האָט‭ ‬מען‭ ‬אין‭ ‬שפּאַניע‭ ‬נישט‭ ‬באַטראַכט‭ ‬ווי‭ ‬באַהאַלטענע‭ ‬קבלה–סודות‭ ‬‮–‬‭ ‬מען‭ ‬האָט‭ ‬זיי‭ ‬סתּם‭ ‬געשריבן‭ ‬צו‭ ‬מאַכן‭ ‬דאָס‭ ‬דאַוונען‭ ‬שענער‭ ‬און‭ ‬באַטעמטער‭. ‬די‭ ‬זעלבע‭ ‬דיכטער‭ ‬האָבן‭ ‬געשריבן‭ ‬אין‭ ‬ביידע‭ ‬זשאַנערס‭, ‬פּיוטים‭ ‬און‭ ‬וועלט‭. ‬שפּעטער‭, ‬דווקא‭ ‬אונטער‭ ‬דער‭ ‬אַשכּנזישער‭ ‬השפּעה‭ ‬פֿונעם‭ ‬אַריז"ל‭, ‬האָבן‭ ‬זיך‭ ‬באַוויזן‭ ‬אַזעלכע‭ ‬ספֿרדישע‭ ‬ווערק‭, ‬ווי‭ ‬רבי‭ ‬ישׂראל‭ ‬נאַזשאַראַס‭ ‬זמירות‭, ‬פֿול‭ ‬מיט‭ ‬קבלה‭, ‬אָדער‭ ‬רבי‭ ‬שלמה‭ ‬אלקבצס‭ ‬קבלהדיקער‭ ‬פּיוט‭ ‬‮„‬לכה‭ ‬דודי‟‭, ‬וואָס‭ ‬באַזינגט‭ ‬די‭ ‬שבת–המלכּה‭ ‬ווי‭ ‬אַן‭ ‬אַנטפּלעקונג‭ ‬פֿון‭ ‬דער‭ ‬הייליקער‭ ‬שכינה‭.‬

אין‭ ‬דער‭ ‬אַשכּנזישער‭ ‬וועלט‭ ‬איז‭ ‬זיכער‭ ‬פֿאַראַן‭ ‬אַ‭ ‬גרויסע‭ ‬וועלטלעכע‭ ‬פּאָעטישע‭ ‬טראַדיציע‭. ‬אַזעלכע‭ ‬ריזיקע‭ ‬עפּישע‭ ‬ווערק‭, ‬ווי‭ ‬דאָס‭ ‬‮„‬שמואל–בוך‟‭, ‬וואָס‭ ‬דערמאָנט‭ ‬אינעם‭ ‬דײַטשישן‭ ‬‮„‬ניבעלונגען–ליד‟‭; ‬דאָס‭ ‬‮„‬באָווע–בוך‟‭ ‬און‭ ‬אַנדערע‭ ‬געגראַמטע‭ ‬ריטערישע‭ ‬ראָמאַנען‭, ‬זענען‭ ‬בײַ‭ ‬די‭ ‬ספֿרדים‭ ‬נישטאָ‭. ‬ס'איז‭ ‬אינטערעסאַנט‭, ‬אַז‭ ‬בײַ‭ ‬די‭ ‬איראַנישע‭ ‬ייִדן‭ ‬זענען‭ ‬ענלעכע‭ ‬ריזיקע‭ ‬פּאָעמעס‭ ‬יאָ‭ ‬פֿאַראַן‭, ‬אָנגעשריבן‭ ‬דווקא‭ ‬אויף‭ ‬פּערסיש‭ ‬אונטער‭ ‬דער‭ ‬השפּעה‭ ‬פֿון‭ ‬דער‭ ‬קלאַסישער‭ ‬פּערסישער‭ ‬פּאָעזיע‭.‬

די‭ ‬לשון–קודשדיקע‭ ‬פּיוטים‭ ‬און‭ ‬זייערע‭ ‬מחברים‭ ‬איז‭ ‬אַן‭ ‬אַנדער‭ ‬מעשׂה‭. ‬צו‭ ‬די‭ ‬פּיוטים‭ ‬האָבן‭ ‬די‭ ‬מיטל–עלטערלעכע‭ ‬אַשכּנזים‭ ‬זיך‭ ‬באַצויגן‭ ‬גאָר‭ ‬ערנסט‭, ‬ווי‭ ‬צו‭ ‬אוצרות‭ ‬פֿון‭ ‬סגולות‭, ‬נבֿואות‭ ‬און‭ ‬סודות‭. ‬פֿאַקטיש‭ ‬זענען‭ ‬אַלע‭ ‬פֿריִיִקסטע‭ ‬אַשכּנזישע‭ ‬חכמים‭ ‬געווען‭ ‬באַקאַנט‭ ‬ווי‭ ‬פּייטנים‭, ‬בעלי–מופֿת‭ ‬און‭ ‬בעלי–חזיון‭ ‬‮–‬‭ ‬מאַגישע‭ ‬דיכטער‭ ‬און‭ ‬וויזיאָנערן‭. ‬רבי‭ ‬אַבון‭ ‬הגדול‭, ‬אַ‭ ‬פֿראַנצויזישער‭ ‬רבֿ‭ ‬פֿונעם‭ ‬10טן‭ ‬יאָרהונדערט‭, ‬האָט‭ ‬געהאַט‭ ‬אַ‭ ‬רעפּוטאַציע‭ ‬פֿון‭ ‬אַ‭ ‬גרויסן‭ ‬בעל–שם‭. ‬זײַנע‭ ‬זין‭ ‬זענען‭ ‬געווען‭ ‬צווישן‭ ‬די‭ ‬גרינדער‭ ‬פֿון‭ ‬חסידי–אַשכּנז‭ ‬‮–‬‭ ‬אַ‭ ‬מיסטישע‭ ‬באַוועגונג‭, ‬וווּ‭ ‬פּיוטים‭ ‬האָבן‭ ‬געשפּילט‭ ‬אַ‭ ‬שליסל–ראָלע‭, ‬האַנט‭ ‬אין‭ ‬האַנט‭ ‬מיט‭ ‬פּראַקטישער‭ ‬קבלה‭ (‬בעצם‭ ‬מאַגיע‭). ‬אַן‭ ‬אַנדער‭ ‬באַקאַנטע‭ ‬אַלטע‭ ‬אַשכּנזישע‭ ‬משפּחה‭, ‬קלונימוס‭, ‬וועלכע‭ ‬האָט‭ ‬אינעם‭ ‬9טן‭ ‬יאָרהונדערט‭ ‬זיך‭ ‬אַריבערגעצויגן‭ ‬פֿון‭ ‬איטאַליע‭ ‬קיין‭ ‬דײַטשלאַנד‭, ‬האָט‭ ‬געהאַט‭ ‬די‭ ‬זעלבע‭ ‬רעפּוטאַציע‭ ‬פֿון‭ ‬נבֿיאישע‭ ‬דיכטער‭ ‬און‭ ‬בעלי–שם‭.‬

אינעם‭ ‬16טן‭ ‬יאָרהונדערט‭ ‬האָבן‭ ‬זיך‭ ‬אויך‭ ‬פֿאַרשפּרייט‭ ‬אַ‭ ‬צאָל‭ ‬פּיוטים‭ ‬אויף‭ ‬ייִדיש‭, ‬וועלכע‭ ‬מע‭ ‬קען‭ ‬באַטראַכטן‭ ‬ווי‭ ‬‮„‬פּראָטאָ–ייִדישיסטישע‟‭, ‬ווײַל‭ ‬די‭ ‬דיכטער‭ ‬האָבן‭ ‬נישט‭ ‬אַראָפּגעקוקט‭ ‬אויף‭ ‬זייער‭ ‬מאַמע–לשון‭ ‬ווי‭ ‬אויף‭ ‬אַ‭ ‬צווייט–סאָרטיקער‭ ‬פֿרויען–שפּראַך‭. ‬דער‭ ‬מקובל‭ ‬הרבֿ‭ ‬אליהו‭ ‬לאָאַנץ‭ ‬האָט‭ ‬אינעם‭ ‬יאָר‭ ‬1599‭ ‬אַרויסגעגעבן‭ ‬אַ‭ ‬בוך‭ ‬זמירות‭, ‬וווּ‭ ‬לשון–קודש‭ ‬גייט‭ ‬סיסטעמאַטיש‭ ‬האַנט‭ ‬אין‭ ‬האַנט‭ ‬מיט‭ ‬ייִדיש‭. ‬אין‭ ‬אַ‭ ‬טייל‭ ‬קהילות‭ ‬זינגט‭ ‬מען‭ ‬נאָכן‭ ‬סדר‭ ‬דאָס‭ ‬אַלט–ייִדישע‭ ‬ליד‭ ‬‮„‬אַלמעכטיגער‭ ‬גאָט‟‭, ‬אַסאָציִיִרט‭ ‬מיטן‭ ‬פּראָגער‭ ‬מקובל‭ ‬רבי‭ ‬ישעיה‭ ‬האָראָוויץ‭ (‬דעם‭ ‬של"ה‭). ‬דער‭ ‬טעקסט‭ ‬איז‭ ‬עלטער‭, ‬נאָר‭ ‬מע‭ ‬דערציילט‭, ‬אַז‭ ‬דער‭ ‬דאָזיקער‭ ‬מקובל‭ ‬האָט‭ ‬פֿון‭ ‬אים‭ ‬שטאַרק‭ ‬געהאַלטן‭.‬

ס'איז‭ ‬מעגלעך‭, ‬אַז‭ ‬‮„‬חד‭ ‬גדיא‟‭, ‬וואָס‭ ‬מע‭ ‬טײַטשט‭ ‬אויך‭ ‬אויס‭ ‬ווי‭ ‬אַ‭ ‬טיף‭ ‬ווערק‭ ‬פֿול‭ ‬מיט‭ ‬מיסטישע‭ ‬רמזים‭, ‬האָט‭ ‬מען‭ ‬לכתּחילה‭ ‬אָנגעשריבן‭ ‬אויף‭ ‬ייִדיש‭. ‬בײַ‭ ‬אַ‭ ‬טייל‭ ‬חסידים‭ ‬בלײַבט‭ ‬נאָך‭ ‬אַלץ‭ ‬דער‭ ‬אַלט–ייִדישער‭ ‬נוסח‭ ‬אַ‭ ‬טייל‭ ‬פֿונעם‭ ‬סדר‭, ‬בפֿרט‭ ‬די‭ ‬חסידים‭ ‬פֿונעם‭ ‬אונגערישן‭ ‬און‭ ‬סלאָוואַקישן‭ ‬אָפּשטאַם‭. ‬צוליב‭ ‬זייער‭ ‬אַסאָציאַציע‭ ‬מיט‭ ‬גרויסע‭ ‬צדיקים‭, ‬באַציט‭ ‬מען‭ ‬זיך‭ ‬צו‭ ‬אַזעלכע‭ ‬לידער‭ ‬ווי‭ ‬צו‭ ‬טײַערע‭ ‬גײַסטיקע‭ ‬אוצרות‭. ‬באַקומט‭ ‬זיך‭, ‬אַז‭ ‬דער‭ ‬אַשכּנזישער‭ ‬הגדה–נוסח‭ ‬איז‭ ‬אַ‭ ‬דענקמאָל‭ ‬פֿון‭ ‬יענער‭ ‬תּקופֿה‭ ‬‮–‬‭ ‬בערך‭ ‬פֿונעם‭ ‬9טן‭ ‬ביזן‭ ‬12טן‭ ‬יאָרהונדערט‭ ‬‮–‬‭ ‬ווען‭ ‬אויבן–אָן‭ ‬זענען‭ ‬בײַ‭ ‬די‭ ‬ייִדן–אַשכּנזים‭ ‬געשטאַנען‭ ‬נישט‭ ‬סתּם‭ ‬רבנים‭, ‬נאָר‭ ‬דיכטער‭, ‬מיסטיקער‭, ‬בעלי–מופֿת‭ ‬און‭ ‬בעלי–חזיונות‭.‬

זינגט‭ ‬די‭ ‬אַלטע‭ ‬זמירות‭, ‬אָנהייבנדיק‭ ‬פֿון‭ ‬‮„‬קדש‭ ‬ורחץ‟‭, ‬און‭ ‬שטעלט‭ ‬זיך‭ ‬פֿאָר‭ ‬יענעם‭ ‬בראשית–אַשכּנז‭, ‬וווּ‭ ‬געזאַנג‭ ‬האָט‭ ‬געהאַט‭ ‬אַ‭ ‬צויבערישן‭ ‬און‭ ‬אַפֿילן‭ ‬אַ‭ ‬נבֿיאישן‭ ‬טעם‭! ‬אויך‭ ‬הײַנט‭ ‬קאָן‭ ‬אַזאַ‭ ‬ראָמאַנטיש–באַגײַסטערטער‭ ‬קוק‭ ‬אויף‭ ‬דער‭ ‬הגדה‭ ‬זײַן‭ ‬צוציִעוודיק‭ ‬און‭ ‬דערפֿרישנדיק‭.‬

• פֿאָרווערטס

The Forward‭, ‬2‭ ‬de abril 2025‭.‬

Kehila Ashkenazi, A.C. Todos los derechos reservados.
Powered by Wolfate
linkedin facebook pinterest youtube rss twitter instagram facebook-blank rss-blank linkedin-blank pinterest youtube twitter instagram