17:39
18:32

Arvit: 19:15

Shajarit: 9:00

Minja: 18:15

לאָמיר‭ ‬פֿאַרגלײַכן‭ ‬צוויי‭ ‬רוסישע‭ ‬נוסחאָות‭ ‬פֿון‭ ‬באַשעוויסעס‭ ‬ראָמאַן‭ ‬‮„‬דער‭ ‬שאַרלאַטאַן‮“‬

לאָמיר‭ ‬פֿאַרגלײַכן‭ ‬צוויי‭ ‬רוסישע‭ ‬נוסחאָות‭ ‬פֿון‭ ‬באַשעוויסעס‭ ‬ראָמאַן‭ ‬‮„‬דער‭ ‬שאַרלאַטאַן‮“‬

Comparando dos versiones rusas de la novela de Bashevis‭ '‬El charlatán‭'‬

איין‭ ‬איבערזעצונג‭ ‬קלינגט‭ ‬אויף‭ ‬רוסיש‭ ‬גאַנץ‭ ‬נאַטירלעך‭, ‬און‭ ‬די‭ ‬צווייטע‭ ‬‮—‬‭ ‬נישט‭. ‬וואָס‭ ‬טוט‭ ‬זיך‭ ‬דאָ‭?‬

פֿון‭ ‬יואל‭ ‬מאַטוועיעוו

דער‭ ‬מאָסקווער‭ ‬ייִדישער‭ ‬פֿאַרלאַג‭ ‬‮„‬קניזשניקי‮“‬‭ ‬האָט‭ ‬לעצטנס‭ ‬אַרויסגעגעבן‭ ‬אַ‭ ‬נײַע‭ ‬רוסישע‭ ‬איבערזעצונג‭ ‬פֿון‭ ‬יצחק‭ ‬באַשעוויסעס‭ ‬ראָמאַן‭ ‬‮„‬דער‭ ‬שאַרלאַטאַן‮“‬‭. ‬דער‭ ‬איבערזעצער‭, ‬ישׂראל‭ ‬נעקראַסאָוו‭, ‬איז‭ ‬אַ‭ ‬באַקאַנטער‭ ‬פּעטערבורגער‭ ‬ייִדישער‭ ‬דיכטער‭, ‬וועלכער‭ ‬האָט‭ ‬אין‭ ‬2016‭ ‬אַרויסגעגעבן‭ ‬זײַן‭ ‬לידער–זאַמלונג‭ ‬‮„‬אָפּגעברענטע‭ ‬שטעט“‭.‬

אין‭ ‬2023‭, ‬איז‭ ‬אין‭ ‬רוסלאַנד‭ ‬פֿאַרעפֿנטלעכט‭ ‬געוואָרן‭ ‬אַן‭ ‬אַנדער‭ ‬רוסישע‭ ‬ווערסיע‭ ‬פֿונעם‭ ‬זעלבן‭ ‬ראָמאַן‭, ‬באַטיטלט‭ ‬‮„‬דער‭ ‬אָפּנאַרער‮“‬‭ ‬און‭ ‬איבערגעזעצט‭ ‬פֿון‭ ‬נינאַ‭ ‬פֿיאָדאָראָוואַ‭, ‬וואָס‭ ‬קלינגט‭ ‬טיילווײַז‭ ‬ווי‭ ‬אַן‭ ‬אַנדער‭ ‬ווערק‭ ‬אין‭ ‬גאַנצן‭. ‬אַפֿילו‭ ‬דער‭ ‬הויפּטהעלד‭, ‬הערמאַן‭ ‬פֿישלזאָן‭, ‬טראָגט‭ ‬אין‭ ‬איר‭ ‬ווערסיע‭ ‬אַן‭ ‬אַנדער‭ ‬נאָמען‭: ‬הערץ‭ ‬מינסקער‭. ‬נעקראַסאָווס‭ ‬ווערסיע‭ ‬קלינגט‭ ‬אויף‭ ‬רוסיש‭ ‬גאַנץ‭ ‬נאַטירלעך‭, ‬און‭ ‬פֿיאָדאָראָוואַס‭ ‬‮—‬‭ ‬נישט‭. ‬וואָס‭ ‬טוט‭ ‬זיך‭ ‬דאָ‭? ‬ביידע‭ ‬איבערזעצער‭ ‬זענען‭ ‬זייער‭ ‬געניטע‭.‬

באַשעוויסעס‭ ‬ראָמאַן‭, ‬אָנגעשריבן‭ ‬אין‭ ‬1967‭ ‬‮—‬‭ ‬1968‭, ‬איז‭ ‬אָפּגעדרוקט‭ ‬געוואָרן‭ ‬אינעם‭ ‬פֿאָרווערטס‭ ‬אונטערן‭ ‬פּסעוודאָנים‭ ‬יצחק‭ ‬וואַרשאַווסקי‭. ‬אויף‭ ‬דער‭ ‬וועבזײַט‭ ‬פֿון‭ ‬דער‭ ‬ישׂראלדיקער‭ ‬נאַציאָנאַלער‭ ‬ביבליאָטעק‭, ‬וווּ‭ ‬מע‭ ‬האָט‭ ‬דיגיטאַליזירט‭ ‬די‭ ‬אַלטע‭ ‬פֿאָרווערטס–נומערן‭, ‬קענט‭ ‬איר‭ ‬אים‭, ‬אין‭ ‬פּרינציפּ‭, ‬איבערלייענען‭, ‬כאָטש‭ ‬דאָס‭ ‬אָפּזוכן‭ ‬די‭ ‬ריכטיקע‭ ‬נומערן‭ ‬איז‭ ‬אַ‭ ‬גאַנצע‭ ‬טירחא‭ ‬און‭ ‬די‭ ‬קוואַליטעט‭ ‬פֿון‭ ‬די‭ ‬סקאַנירטע‭ ‬זײַטלעך‭ ‬איז‭ ‬נישט‭ ‬קיין‭ ‬גוטע‭.‬

באַשעוויס‭ ‬אַליין‭ ‬האָט‭ ‬געשריבן‭ ‬אין‭ ‬אַן‭ ‬עטוואָס‭ ‬אַלטמאָדישער‭ ‬אָרטאָגראַפֿיע‭; ‬למשל‭, ‬דעם‭ ‬הויפּט–העלדס‭ ‬משפּחה–נאָמען‭ ‬איז‭ ‬בײַ‭ ‬אים‭ ‬‮„‬פֿישעלזאָהן“‭. ‬אין‭ ‬אַ‭ ‬בוכפֿאָרעם‭ ‬איז‭ ‬אָבער‭ ‬דער‭ ‬ראָמאַן‭ ‬אַרויס‭ ‬ערשט‭ ‬אין‭ ‬2022‭. ‬דער‭ ‬‮„‬לייוויק–הויז“‭ ‬אין‭ ‬תּל–אָבֿיבֿ‭ ‬האָט‭ ‬אים‭ ‬איבערצואַרבעט‭ ‬לויטן‭ ‬ייִוואָ–אויסלייג‭.‬

אַ‭ ‬ביסל‭ ‬פֿריִער‭, ‬אין‭ ‬2021‭, ‬איז‭ ‬אַנטפּלעקט‭ ‬געוואָרן‭ ‬דער‭ ‬כּתבֿ–יד‭ ‬פֿון‭ ‬דער‭ ‬ענגלישער‭ ‬איבערזעצונג‭ ‬פֿונעם‭ ‬ראָמאַן‭. ‬מע‭ ‬האָט‭ ‬זי‭ ‬נאָך‭ ‬אַלץ‭ ‬נישט‭ ‬פֿאַרוואַנדלט‭ ‬אין‭ ‬אַ‭ ‬בוך‭. ‬אויף‭ ‬אַ‭ ‬צאָל‭ ‬אַנדערע‭ ‬שפּראַכן‭ ‬האָט‭ ‬מען‭ ‬זי‭ ‬אָבער‭ ‬יאָ‭ ‬איבערגעזעצט‭. ‬לויט‭ ‬אַלע‭ ‬סימנים‭, ‬איז‭ ‬זי‭ ‬געמאַכט‭ ‬געוואָרן‭ ‬גלײַך‭ ‬נאָך‭ ‬דער‭ ‬צײַטונג–פּובליקאַציע‭, ‬נאָר‭ ‬איז‭ ‬ערשט‭ ‬איצט‭ ‬פֿאַרעפֿנטלעכט‭ ‬געוואָרן‭. ‬פֿיאָדאָראָוואַס‭ ‬רוסישע‭ ‬ווערסיע‭ ‬שטאַמט‭ ‬פֿון‭ ‬ענגליש‭, ‬און‭ ‬נעקראַסאָווס‭ ‬‮—‬‭ ‬גלײַך‭ ‬פֿון‭ ‬ייִדיש‭, ‬דערפֿאַר‭ ‬קלינגען‭ ‬זיי‭ ‬גאַנץ‭ ‬אַנדערש‭ ‬איינע‭ ‬פֿון‭ ‬דער‭ ‬צווייטער‭.‬

אין‭ ‬דער‭ ‬ענגליש–באַזירטער‭ ‬ווערסיע‭ ‬ווערט‭ ‬דערקלערט‭, ‬אַז‭ ‬אין‭ ‬הערץ‭ ‬מינסטערס‭ ‬קאָפּ‭ ‬האָט‭ ‬שטענדיק‭ ‬גערעדט‭ ‬אַן‭ ‬אינערלעכער‭ ‬חוזק–מאַכער‭ ‬אַ‭ ‬מאָראַליסט‭, ‬וועלכן‭ ‬ער‭ ‬האָט‭ ‬גערופֿן‭ ‬‮„‬מײַן‭ ‬מגיד“‭, ‬לכּבֿוד‭ ‬דעם‭ ‬מלאך‭, ‬וואָס‭ ‬האָט‭ ‬‮„‬אַמאָל‭ ‬באַזוכט‭ ‬בײַנאַכט‭ ‬דעם‭ ‬גרויסן‭ ‬תּלמודיסט‭, ‬דעם‭ ‬רבֿ‭ ‬יוסף‭ ‬קאַרו“‭. ‬דער‭ ‬ענגלישער‭ ‬איבערזעצער‭ ‬האָט‭ ‬געמוזט‭ ‬מסביר‭ ‬זײַן‭ ‬דעם‭ ‬ניט–ייִדישן‭ ‬לייענער‭, ‬ווער‭ ‬יוסף‭ ‬קאַרו‭ ‬איז‭ ‬געווען‭. ‬די‭ ‬רוסישע‭ ‬איבערזעצערין‭ ‬האָט‭, ‬צוליב‭ ‬דער‭ ‬אומקלאָרער‭ ‬גראַמאַטישער‭ ‬צײַט‭ ‬פֿונעם‭ ‬ענגלישן‭ ‬טעקסט‭, ‬אָנגעשריבן‭, ‬אַז‭ ‬יענער‭ ‬מלאך‭ ‬האָט‭ ‬דעם‭ ‬דאָזיקן‭ ‬באַרימטן‭ ‬תּלמודיסט‭ ‬נאָר‭ ‬איין‭ ‬מאָל‭ ‬באַזוכט‭.‬

אָט‭ ‬אַזוי‭ ‬שטייט‭ ‬געשריבן‭ ‬אינעם‭ ‬אָריגינעל‭ ‬פֿאָרווערטס–נוסח‭ ‬פֿונעם‭ ‬יאָר‭ ‬1967‭: ‬‮„‬ס'האָט‭ ‬אַלעמאָל‭ ‬גערעדט‭ ‬אין‭ ‬אים‭ ‬אַ‭ ‬צווייטער‭, ‬צו–להכעיס–טוער‭, ‬אַ‭ ‬מוסרניק‭. ‬הערמאַן‭ ‬פֿישלזאָן‭ ‬האָט‭ ‬אים‭ ‬גערופֿן‭ ‬‘מײַן‭ ‬מגיד’‭ ‬אויפֿן‭ ‬סמך‭ ‬פֿון‭ ‬דעם‭ ‬מלאך‭, ‬וואָס‭ ‬האָט‭ ‬זיך‭ ‬אַנטפּלעקט‭ ‬צום‭ ‬בית–יוסף‭.‬“

אַוודאי‭ ‬קלינגט‭ ‬עס‭ ‬באַטעמט‭ ‬און‭ ‬ייִדישלעך‭, ‬נאָר‭ ‬אַפֿילו‭ ‬נישט‭ ‬יעדער‭ ‬ייִד‭ ‬ווייסט‭, ‬ווער‭ ‬דער‭ ‬בית–יוסף‭ ‬איז‭ ‬און‭ ‬וואָס‭ ‬איז‭ ‬די‭ ‬מעשׂה‭ ‬מיט‭ ‬זײַן‭ ‬מלאך‭. ‬הרבֿ‭ ‬יוסף‭ ‬קאַרו‭ ‬האָט‭ ‬אָנגעשריבן‭ ‬דעם‭ ‬פּירוש‭ ‬‮„‬בית–יוסף“‭ ‬צום‭ ‬‮„‬אַרבעה‭ ‬טורים‮“‬‭ ‬פֿון‭ ‬הרבֿ‭ ‬יעקבֿ‭ ‬בן‭ ‬אָשר‭, ‬באַקאַנט‭ ‬ווי‭ ‬דער‭ ‬‮„‬אַרבעה‭ ‬טורים‮“‬‭. ‬יענער‭ ‬ספֿר‭ ‬שטעלט‭ ‬מיט‭ ‬זיך‭ ‬פֿאָר‭ ‬אַ‭ ‬ריזיקן‭ ‬קאָדעקס‭ ‬פֿון‭ ‬פּראַקטישע‭ ‬הלכות‭. ‬שפּעטער‭ ‬האָט‭ ‬קאַרו‭ ‬אָנגעשריבן‭ ‬אַן‭ ‬אייגענעם‭ ‬הלכה–קאָדערס‭, ‬דעם‭ ‬באַרימטן‭ ‬שולחן–ערוך‭. ‬דעם‭ ‬מחבר‭ ‬פֿונעם‭ ‬שולחן–ערוך‭ ‬רופֿט‭ ‬מען‭ ‬אָדער‭ ‬סתּם‭ ‬‮„‬מחבר“‭ ‬אָדער‭ ‬‮„‬בית–יוסף“‭. ‬הרבֿ‭ ‬יוסף‭ ‬קאַרו‭ ‬איז‭ ‬אויך‭ ‬געווען‭ ‬אַ‭ ‬גרויסער‭ ‬מקובל‭, ‬וועלכער‭ ‬האָט‭ ‬דורך‭ ‬געוויסע‭ ‬פּסיכאָ–טעכנישע‭ ‬מיסטישע‭ ‬געניטונגען‭ ‬אַרויסגערופֿן‭ ‬אַ‭ ‬מגיד‭ ‬‮—‬‭ ‬אַ‭ ‬מלאך‭, ‬וועלכע‭ ‬האָט‭ ‬אים‭ ‬כּסדר‭ ‬אַנטפּלעקט‭ ‬טיפֿע‭ ‬סודות‭, ‬פֿאַרשריבן‭ ‬אינעם‭ ‬ספֿר‭ ‬‮„‬מגיד‭ ‬מישרים“‭.‬

באַשעוויס‭ ‬האָט‭ ‬געשריבן‭ ‬פֿאַר‭ ‬אַן‭ ‬עולם‭, ‬וואָס‭ ‬איז‭ ‬נאָך‭ ‬געווען‭ ‬פֿעסט‭ ‬פֿאַרבונדן‭ ‬מיט‭ ‬דער‭ ‬חסידישער‭ ‬וועלט‭, ‬וווּ‭ ‬די‭ ‬דאָזיקע‭ ‬מעשׂה‭ ‬ווייסט‭ ‬אַפֿילו‭ ‬יעדע‭ ‬פֿרוי‭, ‬לאַוו–דווקא‭ ‬חדר–ייִנגלעך‭ ‬און‭ ‬ישיבֿה–בחורים‭. ‬אינעם‭ ‬הײַנטיקן‭ ‬וויליאַמסבורג‭ ‬צי‭ ‬מאָנסי‭ ‬קלינגט‭ ‬אָט‭ ‬דער‭ ‬פֿראַגמענט‭ ‬פֿון‭ ‬באַשעוויסן‭ ‬גאַנץ‭ ‬פֿאַרשטענדלעך‭. ‬ישׂראל‭ ‬נעקראַסאָוו‭ ‬דערמאָנט‭ ‬פּשוט‭ ‬דעם‭ ‬מלאך‭, ‬וואָס‭ ‬פֿלעגט‭ ‬זיך‭ ‬אַנטפּלעקן‭ ‬צו‭ ‬יוסף‭ ‬קאַרו‭. ‬די‭ ‬דאָזיקע‭ ‬פֿראַזע‭ ‬ווערט‭ ‬באַגלייט‭ ‬מיט‭ ‬צוויי‭ ‬פֿוסנאָטן‭, ‬נאָר‭ ‬לייענט‭ ‬זיך‭ ‬אָן‭ ‬זיי‭ ‬גאַנץ‭ ‬נאַטירלעך‭. ‬דער‭ ‬איבערזעצער‭ ‬האָט‭ ‬מײַסטעריש‭ ‬איבערגעאַרבעט‭ ‬דעם‭ ‬גאַנצן‭ ‬ראָמאַן‭, ‬ער‭ ‬זאָל‭ ‬קלינגען‭ ‬גאַנץ‭ ‬ייִדישלעך‭, ‬אָבער‭ ‬נישט‭ ‬צו‭ ‬עסאָטעריש‭ ‬און‭ ‬ישיבֿיש‭.‬

להיפּוך‭, ‬פֿיאָדאָראָוואַס‭ ‬איבערזעצונג‭ ‬קלינגט‭ ‬פֿרעמדלעך‭, ‬ווי‭ ‬אַ‭ ‬באַשרײַבונג‭ ‬פֿונעם‭ ‬ייִדישן‭ ‬לעבן‭ ‬דורך‭ ‬אַ‭ ‬זײַטיקן‭ ‬מענטש‭. ‬אין‭ ‬דער‭ ‬אמתן‭, ‬האָט‭ ‬זי‭ ‬זיך‭ ‬באַצויגן‭ ‬אויך‭ ‬גאַנץ‭ ‬געטרײַ‭ ‬צום‭ ‬טעקסט‭: ‬דער‭ ‬רוסישער‭ ‬לייענער‭ ‬זעט‭, ‬אַז‭ ‬דער‭ ‬מחבר‭ ‬איז‭ ‬געווען‭ ‬עפּעס‭ ‬אַן‭ ‬אַמעריקאַנער‭, ‬וואָס‭ ‬דערציילט‭ ‬וועגן‭ ‬ייִדן‭ ‬אַ‭ ‬ביסל‭ ‬פֿון‭ ‬דער‭ ‬ווײַטנס‭. ‬ס'איז‭ ‬טאַקע‭ ‬אַזוי‭: ‬זי‭ ‬האָט‭ ‬דאָך‭ ‬איבערזעצט‭ ‬נישט‭ ‬באַשעוויסן‭ ‬אַליין‭, ‬נאָר‭ ‬דעם‭ ‬ענגלישן‭ ‬אָפּטײַטשער‭ ‬פֿון‭ ‬באַשעוויסן‭ ‬פֿאַרן‭ ‬אַמעריקאַנער‭ ‬עולם‭!‬

באַקומט‭ ‬זיך‭ ‬אַן‭ ‬אינטערעסאַנטע‭ ‬מעשׂה‭. ‬אַ‭ ‬דאַנק‭ ‬די‭ ‬צוויי‭ ‬איבערזעצונגען‭ ‬קאָן‭ ‬דער‭ ‬רוסישער‭ ‬לייענער‭, ‬האַלטנדיק‭ ‬זיי‭ ‬ביידע‭ ‬פֿאַר‭ ‬זײַנע‭ ‬אויגן‭, ‬זיך‭ ‬פֿאָרשטעלן‭ ‬דעם‭ ‬פּראָצעס‭, ‬וואָס‭ ‬איז‭ ‬פֿאָרגעקומען‭ ‬אין‭ ‬די‭ ‬1960ער‭ ‬יאָר‭ ‬אין‭ ‬באַשעוויסעס‭ ‬איבערזעצערישן‭ ‬צעך‭. ‬מע‭ ‬מוז‭ ‬אָבער‭ ‬פֿון‭ ‬אָנהייב‭ ‬אָן‭ ‬וויסן‭, ‬אַז‭ ‬עס‭ ‬זענען‭ ‬פֿאַראַן‭ ‬צוויי‭ ‬גאַנץ‭ ‬פֿאַרשיידענע‭ ‬‮„‬באַשעוויסן‮“‬‭: ‬דער‭ ‬אָריגינעלער‭ ‬און‭ ‬דער‭ ‬איבערגעזעצטער‭, ‬צומאָל‭ ‬מיט‭ ‬ראַדיקאַלע‭ ‬ענדערונגען‭.‬

פֿאַרוואָס‭ ‬איז‭ ‬הערמאַן‭ ‬פֿישלזאָן‭ ‬געוואָרן‭ ‬אויף‭ ‬ענגליש‭ ‬הערץ‭ ‬מינסקער‭? ‬נעקראַסאָוו‭ ‬האַלט‭, ‬אַז‭ ‬באַשעוויס‭ ‬האָט‭ ‬מרמז‭ ‬געווען‭ ‬אויף‭ ‬זיך‭ ‬אַליין‭: ‬הייסן‭ ‬האָט‭ ‬ער‭ ‬געהייסן‭ ‬יצחק–הערץ‭ ‬זינגער‭ ‬און‭ ‬געשריבן‭ ‬אונטערן‭ ‬פּען–נאָמען‭ ‬וואַרשאַווסקי‭ ‬‮—‬‭ ‬ענלעך‭ ‬אויף‭ ‬מינסקער‭.‬

זיכער‭ ‬איז‭ ‬נעקראַסאָווס‭ ‬ווערסיע‭ ‬אַ‭ ‬סך‭ ‬בעסער‭. ‬קודם–כּל‭, ‬האָט‭ ‬ער‭ ‬געאַרבעט‭ ‬דירעקט‭ ‬מיטן‭ ‬ייִדישן‭ ‬טעקסט‭, ‬און‭ ‬ייִדיש‭ ‬איז‭ ‬דאָך‭ ‬אַ‭ ‬מיזרח–אייראָפּעיִשע‭ ‬שפּראַך‭, ‬קולטורעל‭ ‬און‭ ‬סינטאַקטיש‭ ‬אַ‭ ‬סך‭ ‬נענטער‭ ‬צו‭ ‬סלאַווישע‭ ‬שפּראַכן‭, ‬ווי‭ ‬ענגליש‭. ‬צווייטנס‭, ‬האָט‭ ‬ער‭ ‬זייער‭ ‬חנעוודיק‭ ‬איבערגעשריבן‭ ‬יעדע‭ ‬פֿראַזע‭, ‬דער‭ ‬ראָמאַן‭ ‬זאָל‭ ‬קלינגען‭ ‬ממש‭ ‬ווי‭ ‬אַ‭ ‬נאַטירלעכער‭ ‬רוסישער‭. ‬דערצו‭ ‬האָט‭ ‬ער‭ ‬זיך‭ ‬געלערנט‭ ‬אין‭ ‬ישיבֿה‭ ‬און‭ ‬ווייסט‭ ‬אַ‭ ‬טאָלק‭ ‬אין‭ ‬דער‭ ‬ייִדישער‭ ‬טראַדיציע‭.‬

וואָס‭ ‬שייך‭ ‬דעם‭ ‬תּוכן‭ ‬פֿונעם‭ ‬ראָמאַן‭ ‬‮—‬‭ ‬איז‭ ‬דאָ‭ ‬איבעריק‭ ‬אים‭ ‬איבערצודערציילן‭. ‬פֿילאָסאָפֿיע‭, ‬פּסיכאָאַנאַליז‭, ‬סתּירותדיקע‭ ‬סעקסועלע‭ ‬באַציִונגען‭, ‬צווייפֿל‭, ‬פֿינצטערניש‭ ‬‮—‬‭ ‬און‭ ‬אויך‭ ‬אַ‭ ‬שאַרפֿער‭, ‬רעאַליסטישער‭ ‬בליק‭ ‬אויף‭ ‬דער‭ ‬מענטשלעכער‭ ‬נאַטור‭. ‬באַשעוויס‭ ‬בלײַבט‭ ‬באַשעוויס‭ ‬און‭ ‬דער‭ ‬וואָס‭ ‬קען‭ ‬ייִדיש‭ ‬וואָלט‭ ‬באַדאַרפֿט‭ ‬אים‭ ‬לייענען‭ ‬אויף‭ ‬ייִדיש‭.‬

https‭://‬forward.com‭/‬

Kehila Ashkenazi, A.C. Todos los derechos reservados.
Powered by Wolfate
linkedin facebook pinterest youtube rss twitter instagram facebook-blank rss-blank linkedin-blank pinterest youtube twitter instagram