17:39
18:32

Arvit: 19:15

Shajarit: 9:00

Minja: 18:15

El teatro parisino pone en escena 'Golem' de I. B. Singer en yidish y francés

אַריזער‭ ‬טעאַטער‭ ‬אינסצענירט‭ ‬יצחק‭ ‬באַשעוויסעס‭ ‬‮„‬גולם“‭ ‬אויף‭ ‬ייִדיש‭ ‬און‭ ‬פֿראַנצייזיש

El teatro parisino pone en escena‭ '‬Golem‭' ‬de I‭. ‬B‭. ‬Singer en yidish y francés

די‭ ‬טרופּע‭ ‬ֿ‭ ‬איז‭ ‬אַ‭ ‬קלײנע‭, ‬בלויז‭ ‬זיבן‭ ‬אַקטיאָרן‭, ‬אָבער‭ ‬זײער‭ ‬אַ‭ ‬פֿאַרשידנאַרטיקע‭: ‬פֿראַנצױזן‭, ‬ישׂראלים‭ ‬און‭ ‬פּאַלעסטינער

פֿון‭ ‬דזשעניפֿער–פֿייגל‭ ‬שטערן‭ ‬

אָט‭ ‬איז‭ ‬דער‭ ‬דריטער‭ ‬אין‭ ‬אַ‭ ‬סעריע‭ ‬קורצע‭ ‬אַרטיקלען‭ ‬אָנגעשריבן‭ ‬אױף‭ ‬אַ‭ ‬רעלאַטיװ‭ ‬גרינגן‭ ‬ייִדיש‭ ‬און‭ ‬געצילעװעט‭ ‬אױף‭ ‬סטודענטן‭. ‬די‭ ‬מחברטע‭ ‬איז‭ ‬אַלײן‭ ‬אַ‭ ‬ייִדיש–סטודענטקע‭. ‬דאָ‭ ‬קען‭ ‬מען‭ ‬לײענען‭ ‬די‭ ‬פֿריִערדיקע‭ ‬אַרטיקלען‭ ‬אין‭ ‬דער‭ ‬סעריע‭.‬

אױף‭ ‬דער‭ ‬בינע‭ ‬פֿונעם‭ ‬טעאַטרע‭ ‬דע‭ ‬לאַ‭ ‬קאָלין‭ ‬אין‭ ‬פּאַריז‭, ‬פֿראַנקרײַך‭, ‬בױט‭ ‬מען‭ ‬איצט‭ ‬בריקן‭ ‬דורך‭ ‬ייִדיש‭.‬

ביזן‭ ‬3טן‭ ‬אַפּריל‭ ‬שטעלט‭ ‬מען‭ ‬דאָרט‭ ‬פֿאָר‭ ‬‮„‬גולם‭,‬“‭ ‬אַ‭ ‬פּיעסע‭ ‬באַאַרבעט‭ ‬פֿון‭ ‬יצחק‭ ‬באַשעװיס‭ ‬זינגערס‭ ‬אַ‭ ‬מעשׂה‭. ‬די‭ ‬דאָזיקע‭ ‬דערציילונג‭, ‬געצילעװעט‭ ‬אויף‭ ‬יונגע‭ ‬לײענערס‭, ‬איז‭ ‬פּובליקירט‭ ‬געװאָרן‭ ‬אױף‭ ‬ייִדיש‭ ‬אינעם‭ ‬פֿאָרװערטס‭ ‬אין‭ ‬1969‭. ‬באַשעװיס‭ (‬װי‭ ‬מען‭ ‬רופֿט‭ ‬אים‭ ‬אױף‭ ‬ייִדיש‭) ‬האָט‭ ‬זי‭ ‬אַליין‭ ‬איבערגעזעצט‭ ‬אױף‭ ‬ענגליש‭ ‬אין‭ ‬1982‭. ‬זי‭ ‬דערצײלט‭ ‬די‭ ‬לעגענדע‭ ‬פֿונעם‭ ‬גולם‭ ‬פֿון‭ ‬פּראָג‭ ‬‮—‬‭ ‬אַ‭ ‬לײמענע‭ ‬בריאה‭ ‬אױפֿגעלעבט‭ ‬פֿון‭ ‬ר‮'‬‭ ‬יהודה‭ ‬לײב‭ ‬בן‭ ‬בצלאל‭ ‬צו‭ ‬באַשיצן‭ ‬די‭ ‬ייִדן‭ ‬פֿון‭ ‬רדיפֿות‭.‬

ער‭ ‬ווי‭ ‬אַ‭ ‬דריטל‭ ‬פֿון‭ ‬דער‭ ‬איצטיקער‭ ‬פּיעסע‭ ‬איז‭ ‬אױף‭ ‬ייִדיש‭, ‬מיט‭ ‬איבערקעפּלעך‭ ‬אױף‭ ‬פֿראַנצײזיש‭ ‬און‭ ‬ענגליש‭. ‬דער‭ ‬איבעריקער‭ ‬דיאַלאָג‭ ‬איז‭ ‬בעיקר‭ ‬אױף‭ ‬פֿראַנצײזיש‭. ‬דורכגעפֿלאָכטן‭ ‬דורך‭ ‬די‭ ‬סצענעס‭ ‬הערט‭ ‬מען‭ ‬אי‭ ‬אינסטרומענטאַלע‭ ‬מוזיק‭ ‬קאָמפּאָנירט‭ ‬פֿאַרן‭ ‬ספּעקטאַקל‭, ‬אי‭ ‬הײַנטצײַטיקע‭ ‬אַראַנזשירונגען‭ ‬פֿון‭ ‬טראַדיצינאָעלע‭ ‬ייִדישע‭ ‬לידער‭ ‬געזונגען‭ ‬פֿון‭ ‬פּראָפֿעסיאָנעלע‭ ‬אָפּערע–זינגערס‭.‬

די‭ ‬טרופּע‭ ‬אַקטיאָרן‭ ‬איז‭ ‬אַ‭ ‬קלײנע‭, ‬בלויז‭ ‬זיבן‭, ‬אָבער‭ ‬זײער‭ ‬אַ‭ ‬פֿאַרשידנאַרטיקע‭: ‬פֿראַנצױזן‭, ‬ישׂראלים‭ ‬און‭ ‬פּאַלעסטינער‭ ‬פֿון‭ ‬פֿאַרשײדענע‭ ‬אָפּשטאַמען‭, ‬רעליגיעס‭ ‬און‭ ‬מוטערשפּראַכן‭. ‬קײנער‭ ‬פֿון‭ ‬זײ‭ ‬האָט‭ ‬פֿריִער‭ ‬נישט‭ ‬גערעדט‭ ‬קײן‭ ‬ייִדיש‭. (‬מער‭ ‬װעגן‭ ‬דעם‭ ‬ווײַטער‭.)‬

דער‭ ‬מחבר‭ ‬און‭ ‬רעזשיסאָר‭ ‬איז‭ ‬דער‭ ‬באַקאַנטער‭ ‬ישׂראלדיקער‭ ‬פֿילמאָגראַף‭, ‬דראַמאַטורג‭ ‬און‭ ‬קינסטלער‭, ‬עמוס‭ ‬גיטײַ‭. ‬ער‭ ‬איז‭ ‬געבױרן‭ ‬געװאָרן‭ ‬אין‭ ‬חיפֿה‭ ‬און‭ ‬װױנט‭ ‬הײַנט‭ ‬אין‭ ‬ישׂראל‭ ‬און‭ ‬פּאַריז‭.‬

גיטײַ‭ ‬האָט‭ ‬געװאָלט‭ ‬ניצן‭ ‬אַ‭ ‬ייִדישע‭ ‬שפּראַך‭ ‬כּדי‭ ‬צו‭ ‬דערצײלן‭ ‬די‭ ‬ייִדישע‭ ‬גולם–לעגענדע‭, ‬אָבער‭ ‬העברעיִש‭, ‬האַלט‭ ‬ער‭, ‬װאָלט‭ ‬געװען‭ ‬צו‭ ‬פּאָליטיש‭ ‬אָנגעלאָדן‭.‬

‮„‬ייִדיש‭, ‬װי‭ ‬אַ‭ ‬שפּראַך‭ ‬װאָס‭ ‬האָט‭ ‬קײנמאָל‭ ‬נישט‭ ‬געהאַט‭ ‬קײן‭ ‬אײגן‭ ‬לאַנד‭, ‬קען‭ ‬אַריבערשטײַגן‭ ‬גרענעצן‭ ‬און‭ ‬פֿאַראײניקן‭ ‬מענטשן‭ ‬מחוץ‭ ‬דעם‭ ‬קאָנטעקסט‭ ‬פֿון‭ ‬דער‭ ‬הײַנטיקער‭ ‬פּאָליטיק‭.‬“

ס’איז‭ ‬אפֿשר‭ ‬אַ‭ ‬חידוש‭ ‬װאָס‭ ‬אַ‭ ‬ישׂראלדיקער‭ ‬פֿון‭ ‬גיטײַס‭ ‬דור‭ (‬געב‮'‬‭ ‬1950‭) ‬איז‭ ‬אַזױ‭ ‬באַקװעם‭ ‬מיט‭ ‬ייִדיש‭. ‬כאָטש‭ ‬די‭ ‬שפּראַך‭ ‬װערט‭ ‬הײַנט‭ ‬פּאָפּולערער‭ ‬אין‭ ‬ישׂראל‭, ‬האָט‭ ‬מען‭ ‬ייִדיש‭ ‬בעת‭ ‬גיטײַס‭ ‬יונגע‭ ‬יאָרן‭ ‬אָפֿט‭ ‬צו‭ ‬נישט‭ ‬געמאַכט‭ ‬װי‭ ‬אַ‭ ‬סימבאָל‭ ‬פֿון‭ ‬גלות‭. ‬זײַנע‭ ‬טאַטע–מאַמע‭ ‬האָבן‭ ‬עס‭ ‬אָבער‭ ‬געזען‭ ‬אַנדערש‭.‬

‮„‬די‭ ‬מאַמע‭ ‬איז‭ ‬געװען‭ ‬אַ‭ ‬סאַברע‭, ‬אָבער‭ ‬זי‭ ‬האָט‭ ‬דאָס‭ ‬גאַנצע‭ ‬לעבן‭ ‬ליב‭ ‬געהאַט‭ ‬ייִדיש‭,‬“‭ ‬האָט‭ ‬ער‭ ‬געזאָגט‭. ‬‮„‬און‭ ‬מײַן‭ ‬טאַטע‭, ‬אַ‭ ‬דײַטשישער‭ ‬ייִד‭, ‬אױך‭. ‬האָב‭ ‬איך‭ ‬צו‭ ‬דער‭ ‬שפּראַך‭ ‬אַלע‭ ‬מאָל‭ ‬געהאַט‭ ‬װאַרעמע‭ ‬געפֿילן‭.‬“

קען‭ ‬מען‭ ‬טאַקע‭ ‬זאָגן‭ ‬אַז‭ ‬ייִדיש‭ ‬איז‭ ‬געװען‭ ‬דער‭ ‬שליסל‭ ‬צו‭ ‬דער‭ ‬פּיעסע‭ ‬‮—‬‭ ‬אָבער‭ ‬װי‭ ‬פֿריִער‭ ‬געזאָגט‭, ‬האָט‭ ‬קײנער‭ ‬פֿון‭ ‬די‭ ‬אַקטיאָרן‭ ‬נישט‭ ‬גערעדט‭ ‬קײן‭ ‬ייִדיש‭. ‬אַ‭ ‬טײל‭ ‬האָט‭ ‬אַפֿילו‭ ‬קײן‭ ‬מאָל‭ ‬נישט‭ ‬געהערט‭ ‬פֿון‭ ‬דער‭ ‬שפּראַך‭.‬

און‭ ‬דערפֿאַר‭ ‬האָט‭ ‬אַ‭ ‬ישׂראליש–פֿראַנצײזישער‭ ‬ייִדישיסט‭, ‬שחר‭ ‬פֿײַנבערג‭, ‬געשפּילט‭ ‬אַ‭ ‬װיכטיקע‭ ‬ראָלע‭ ‬‮—‬‭ ‬נישט‭ ‬אױף‭ ‬דער‭ ‬בינע‭, ‬נאָר‭ ‬װי‭ ‬אַ‭ ‬ייִדיש–רעפּעטיטאָר‭.‬

פֿײַנבערג‭ ‬איז‭ ‬אַן‭ ‬איבערזעצער‭, ‬שרײַבער‭, ‬אַקטיאָר‭ ‬און‭ ‬ראַדיאָ–אָנפֿירער‭, ‬װאָס‭ ‬פֿירט‭ ‬הײַנט‭ ‬דעם‭ ‬פּאַריזער‭ ‬‮„‬טרױם–טעאַטער‭.‬“‭ ‬ער‭ ‬האָט‭ ‬געאַרבעט‭ ‬מיט‭ ‬די‭ ‬אַקטיאָרן‭ ‬כּדי‭ ‬זײ‭ ‬זאָלן‭ ‬גוט‭ ‬אַרױסרעדן‭ ‬די‭ ‬ייִדישע‭ ‬רעפּליקן‭.‬

‮„‬איך‭ ‬בין‭ ‬נתפּעל‭ ‬געװאָרן‭ ‬פֿון‭ ‬זײער‭ ‬האָרעװאַניע‭ ‬און‭ ‬דעדיקאַציע‭,‬“‭ ‬זאָגט‭ ‬ער‭. ‬‮„‬אין‭ ‬נאָר‭ ‬אַ‭ ‬פּאָר‭ ‬חדשים‭ ‬האָבן‭ ‬די‭ ‬אַקטיאָרן‭ ‬זיך‭ ‬געלערנט‭ ‬אַרױסצורעדן‭ ‬אַ‭ ‬שײנעם‭, ‬פֿליסיקן‭ ‬ייִדיש‭, ‬און‭ ‬איך‭ ‬מײן‭ ‬אַז‭ ‬דער‭ ‬עולם‭ ‬האָט‭ ‬הנאָה‭ ‬זײ‭ ‬צו‭ ‬הערן‭. ‬הערן‭ ‬ייִדיש‭ ‬אױף‭ ‬אַזאַ‭ ‬באַרימטער‭ ‬בינע‭ ‬אין‭ ‬פּאַריז‭ ‬איז‭ ‬נישט‭ ‬קײן‭ ‬טאָגטעגלעכע‭ ‬זאַך‭. ‬עס‭ ‬ברענגט‭ ‬אַרױס‭ ‬נײַע‭ ‬געדאַנקען‭ ‬און‭ ‬פֿאַרבינדונגען‭.‬“

גיטײַ‭ ‬האָט‭ ‬אױך‭ ‬געזוכט‭ ‬אַזעלכע‭ ‬פֿאַרבינדונגען‭ ‬װען‭ ‬ער‭ ‬האָט‭ ‬אױסגעקליבן‭ ‬באַשעװיסעס‭ ‬גולם–מעשׂה‭.‬

גולמס‭ ‬װי‭ ‬אַ‭ ‬טעמע‭ ‬זײַנען‭ ‬גיטײַען‭ ‬נישט‭ ‬נײַ‭. ‬אין‭ ‬די‭ ‬1990ער‭ ‬יאָרן‭ ‬האָט‭ ‬ער‭ ‬געמאַכט‭ ‬דרײַ‭ ‬פֿילמען‭ ‬װאָס‭ ‬באַהאַנדלען‭ ‬דעם‭ ‬פֿילטײַטשיקן‭ ‬סימבאָליזם‭ ‬פֿונעם‭ ‬לעגענדאַרן‭ ‬באַשעפֿעניש‭.‬

‮„‬דאָס‭ ‬מאָל‭ ‬האָב‭ ‬איך‭ ‬געװאָלט‭ ‬אַן‭ ‬אַנדער‭ ‬גולם‭, ‬כּמעט‭ ‬אַ‭ ‬‮'‬באָבע–מעשׂה‮'‬‭ ‬גולם‭, ‬װאָס‭ ‬רעדט‭ ‬דירעקט‭ ‬צום‭ ‬האַרצן‭. ‬באַשעװיסעס‭ ‬נוסח‭ ‬איז‭ ‬װי‭ ‬אָנגעמאָסטן‭. ‬ער‭ ‬דערצײלט‭ ‬די‭ ‬לעגענדע‭ ‬פּשוט‭ ‬און‭ ‬רירנדיק‭.‬“

ס’איז‭ ‬מערקװירדיק‭ ‬אַז‭ ‬באַשעוויס‭ ‬שטרײַכט‭ ‬אונטער‭ ‬דעם‭ ‬גולמס‭ ‬מענטשלעכקײט‭. ‬אין‭ ‬פֿאַרגלײַך‭ ‬מיט‭ ‬אַנדערע‭ ‬נוסחאָות‭ ‬פֿון‭ ‬דער‭ ‬לעגענדע‭ ‬קען‭ ‬דער‭ ‬דאָזיקער‭ ‬גולם‭ ‬רעדן‭. ‬ער‭ ‬פֿילט‭ ‬און‭ ‬דריקט‭ ‬אױס‭ ‬שטאַרקע‭ ‬עמאָציעס‭ ‬פֿון‭ ‬ליבע‭, ‬מורא‭, ‬קינאה‭ ‬און‭ ‬בענקשאַפֿט‭. ‬ער‭ ‬ראַנגלט‭ ‬זיך‭ ‬מיט‭ ‬פֿראַגעס‭ ‬װעגן‭ ‬װער‭ ‬ער‭ ‬איז‭, ‬פֿאַר‭ ‬װאָס‭ ‬ער‭ ‬איז‭ ‬באַשאַפֿן‭ ‬געװאָרן‭ ‬און‭ ‬װי‭ ‬ער‭ ‬דאַרף‭ ‬זיך‭ ‬אָפּרופֿן‭ ‬אױף‭ ‬רישעות‭ ‬און‭ ‬גװאַלד‭.‬

‮„‬ס’איז‭ ‬די‭ ‬דאָזיקע‭ ‬מענטשלעכקײט‭ ‬בײַ‭ ‬באַשעװיסן‭ ‬װאָס‭ ‬האָט‭ ‬געמאַכט‭ ‬אויף‭ ‬אונדז‭ ‬אַזאַ‭ ‬שטאַרקן‭ ‬אײַנדרוק‭,‬“‭ ‬האָט‭ ‬גיטײַ‭ ‬געזאָגט‭. ‬‮„‬אַלע‭ ‬קענען‭ ‬פֿאַרשטײן‭ ‬דאָס‭ ‬לײַדן‭ ‬פֿון‭ ‬באַשעװיסעס‭ ‬גולם‭.‬“

די‭ ‬פּיעסע‭ ‬שעפּט‭ ‬אױך‭ ‬פֿון‭ ‬אַנדערע‭ ‬ליטעאַרישע‭ ‬טעקסטן‭. ‬דאָ‭ ‬און‭ ‬דאָרטן‭ ‬ציטירט‭ ‬מען‭ ‬פֿראַנצײזיש–ייִדישע‭ ‬היסטאָריקערס‭ ‬װעגן‭ ‬דער‭ ‬ייִדישער‭ ‬געשיכטע‭.‬

אין‭ ‬איין‭ ‬סצענע‭ ‬וווּ‭ ‬עס‭ ‬קומט‭ ‬פֿאָר‭ ‬אַ‭ ‬פּאָגראָם‭ ‬ניצט‭ ‬מען‭ ‬אויסצוגן‭ ‬פֿון‭ ‬די‭ ‬ווערק‭ ‬פֿון‭ ‬ל‭. ‬שאַפּיראָ‭, ‬װאָס‭ ‬איז‭ ‬באַקאַנט‭ ‬פֿאַר‭ ‬מוראדיקע‭ ‬באַשרײַבונגען‭ ‬פֿון‭ ‬פּאָגראָמען‭. ‬כאָטש‭ ‬שאַפּיראָ‭ ‬האָט‭ ‬געשריבן‭ ‬אױף‭ ‬ייִדיש‭, ‬רעדן‭ ‬די‭ ‬אַקטיאָרן‭ ‬דאָ‭ ‬נישט‭ ‬קיין‭ ‬ייִדיש‭, ‬נאָר‭ ‬זייערע‭ ‬אייגענע‭ ‬מוטערשפּראַכן‭; ‬צווישן‭ ‬זיי‭ ‬‮—‬‭ ‬העברעיִש‭, ‬רוסיש‭ ‬און‭ ‬אַראַביש‭. ‬דער‭ ‬פּלאָנטער‭ ‬פֿון‭ ‬לשונות‭ ‬גיט‭ ‬איבער‭ ‬דעם‭ ‬כאַאָס‭ ‬פֿון‭ ‬אַ‭ ‬פּאָגראָם‭ ‬‮—‬‭ ‬און‭ ‬װײַזט‭ ‬אָן‭ ‬אַז‭ ‬יעדע‭ ‬גרופּע‭ ‬קען‭ ‬פֿאַלן‭ ‬אַ‭ ‬קרבן‭ ‬פֿון‭ ‬גװאַלד‭.‬

‮„‬אין‭ ‬באַשעװיסעס‭ ‬נאָבל–פּרעמיע–רעדע‭ ‬אין‭ ‬1978‭, ‬האָט‭ ‬ער‭ ‬באַשריבן‭ ‬ייִדיש‭ ‬װי‭ ‬אַ‭ ‬שפּראַך‭ ‬פֿון‭ ‬גלות‭, ‬אָן‭ ‬אַ‭ ‬לאַנד‭, ‬אָן‭ ‬גרענעצן‭, ‬מיט‭ ‬אַ‭ ‬װאָקאַבולאַר‭ ‬פֿון‭ ‬שלום‭ ‬אַנשטאָט‭ ‬קאָנפֿליקט‭,‬“‭ ‬האָט‭ ‬גיטײַ‭ ‬געזאָגט‭. ‬‮„‬מיר‭ ‬ציטירן‭ ‬אים‭ ‬אין‭ ‬דער‭ ‬פּיעסע‭ ‬װײַל‭ ‬אין‭ ‬תּוך‭ ‬איז‭ ‬דאָס‭ ‬אַ‭ ‬פּאַסיקער‭ ‬לאָזונג‭ ‬פֿאַר‭ ‬אונדזער‭ ‬פּראָיעקט‭.‬“

forward.com‭/‬

Kehila Ashkenazi, A.C. Todos los derechos reservados.
Powered by Wolfate
linkedin facebook pinterest youtube rss twitter instagram facebook-blank rss-blank linkedin-blank pinterest youtube twitter instagram